Skip to content
א חסידי'שע פארברענגען

מצוה לספר

  • Toldos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער איד וואס האט קיינמאל נישט מיטגעמאכט קיין יסורים

אמאל איז הרה"ק רבי שמואל שמעלקא מניקלשבורג זיע"א געקומען צום מגיד הגדול ממזעזריטש זיע"א מיט א קשיא. "די גמרא זאגט אז 'חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה'; ווי אזוי איז דאס אבער מעגליך?" האט ער געפרעגט, "ווען חז"ל וואלטן ווען געזאגט אז מען מוז אלץ מקבל זיין באהבה אן קיין טענות וכו' — דאס וואלט איך פארשטאנען. אבער וויאזוי קען א מענטש רעאגירן צו וואס ער שפירט אלס שלעכט גענוי מיטן זעלבן געפיל ווי ער רעאגירט צו וואס ער שפירט אלס גוט? ווי אזוי קען א מענטש זיין אזוי דאנקבאר פאר זיינע צרות פונקט ווי ער איז פאר זיינע פריידן?" דער מגיד האט אים געהייסן, ער זאל פארן צו ר' זושא פון האניפאלי, "בלויז ער קען דיר העלפן מיט דעם."

ר' זושא האט זייער ווארעם אויפגענומען ר' שמעלקא און אים איינגעלאדן זיך צו מאכן באקוועם ווי אינדערהיים. ר' שמעלקא האט באשלאסן צו גוט באטראכטן ר' זושא'ס הנהגה איידער ער פרעגט אים זיין קשיא. נישט לאנג נאכדעם האט ער איינגעזען אז זיין בעל האכסניא איז טאקע א לעבעדיגער ביישפיל פונעם מאמר חז"ל. ער האט נישט געקענט טראכטן פון א מענטש וואס האט געליטן מער שוועריקייטן אין זיין לעבן ווי ר' זושא: א געפערליכער ארימאן, ס'איז קיינמאל נישט געווען גענוג וואס צו עסן אין שטוב, און זיין משפחה איז געווען ארומגענומען מיט אלערליי מחלות און יסורים.

און דאך איז ר' זושא שטענדיג געווען פרייליך און אויפגעלייגט, און האט כסדר אויסגעדריקט זיין דאנקבארקייט צום באשעפער פאר אלע זיינע חסדים. אבער וואס איז זיין סוד? ווי אזוי טוט ער דאס? ענדליך האט דער גאסט באשלאסן צו פרעגן דעם קשיא.

איין טאג האט ער זיך אנגערופן צו זיין בעל אכסניא: "איך וויל אייך עפעס פרעגן, און למעשה איז דאס די אמת'ע סיבה פון מיין באזוך — אונזער רבי'ן האט מיר געזאגט אז בלויז איר קענט מיר געבן דעם ענטפער דערויף." "וואס איז די קשיא?" פרעגט ר' זושא. ר' שמואל שמעלקא האט איבערגעזאגט פונקט וואס ער האט געפרעגט פונעם מגיד. "דו פרעגסט א גוטע קשיא," האט ר' זושא געזאגט, "אבער פארוואס האט דער רבי אייך געשיקט צו מיר? פון וואו זאל איך וויסן? ער וואלט דיך ענדערש געדארפט שיקן צו איינער וואס האט מיטגעמאכט יסורים..."

 סיפורי חסידים עה"ת (זוין), ואתחנן

More in this printout

View the whole printout