דאס איז דער סוד פטור צו ווערן פון קנאה
אין די לעצטע הלכה פון ספר היד שרייבט דער רמב"ם: "ובאותו הזמן לא יהי' שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות, שהטובה תהי' מושפעת הרבה וכל המעדנים מצויין כעפר, ולא יהי' עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד". פון דעם וואס דער רמב"ם שרייבט "שהטובה תהי' כו'" (און נישט — "והטובה כו'") איז מוכח אז זיין כוונה איז צו געבן א טעם אויף דעם פריערדיגן ענין. ד.ה. די סיבה פארוואס "לא יהי' שם לא רעב ולא מלחמה כו'" איז דערפאר ווייל "שהטובה תהי' מושפעת כו'".
. . ד.ה. דאס וואס "שהטובה תהי' מושפעת הרבה" וועט אוועקנעמען די מציאות פון רעב און מלחמה — ווייל דעמאלט וועט דאך יעדער מענטש האבן אזוי פיל גוטס און מען וועט ממילא נישט דארפן פירן קיין מלחמות צוצונעמען יענעם'ס רכוש;
אבער דאס נעמט נאך אלץ נישט אוועק דעם געפיל פון "קנאה ותחרות" — ווייל א מענטש קען נאכאלץ טראכטן אז זיין חבר האט א "טובה" וואס ער אליין ווייסט נישט דערפון, און ער קען נאכאלץ שפירן א געוויסער "קנאה ותחרות".
דערפאר לייגט דער רמב"ם צו "וכל המעדנים מצויין כעפר", אז די חשיבות פון אלע מעדנים וועט זיין ווי "כעפר", ד.ה. (ווי דער רמב"ם שרייבט לגבי השבתת חמץ) "כדבר שאין בו צורך כלל".
און וויבאלד אלע מעדנים זענען ביי אים "כדבר שאין בו צורך כלל", איז שוין מער נישט שייך קיין שום געפיל פון "קנאה ותחרות" (לגבי מעדנים — גשמיות'דיגע ענינים).
משיחת י"א ניסן תשמ"ה