Skip to content
א חסידי'שע פארברענגען

פרישקייט און קלארקייט

  • Toldos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

עצה והדרכה בעבודת ה’

"זיין אויפפירונג איז אינגאנצן נישט צופרידנשטעליג, אבער איך קען גארנישט זאגן"

צו א איד וואס האט געשפירט ווי ער זעהט נישט הצלחה אין קיין שום זאך מכתב קודש מכ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זיע"א

ב"ה, י"א טבת, תש"כ שלום וברכה! אין ענטפער צו זיין בריוו פון ו' טבת.

בעת רצון וועט מען אים דערמאנען ביים ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, בנוגע די ענינים וועגן וועלכע ער שרייבט.

דאס וואס ער שרייבט אז ער זעהט נישט קיין הצלחה אין קיין שום זאך, איז דאך פארשטאנדיג פון עטליכע פלעצער אין תורתינו תורת חיים, אז ס'איז אסור פאר א איד צו זאגן אזוי, און אפילו צו טראכטן אויף אזא אופן. עס איז אויך אפגעפרעגט מצד שכל הישר, ווייל עס איז דאך א יסוד אין אונזער אמונה אז אלעס ווערט געפירט פונעם אויבערשטן בהשגחה פרטית, ומפי עליון לא תצא הרעות ח"ו, און אויסער דעם אלעם איז דאך באקאנט דער פסק דין [פון חז"ל], אז "כל מה דעביד רחמנא לטב עביד".

נאר עס ווערט אויסגעשמועסט אין עטליכע פלעצער, אז ווי מער מען איז זיך מחזק אינעם ענין פון אמונה און בטחון, און אין דעם צענטראלער נקודה, ווי דערמאנט, אז 'כל מה דעביד רחמנא לטב עביד', אלץ מער און פריער זעט מען דעם אמת אויך אפענערהייט במוחש. מען קען נאכקוקן וואס עס ווערט ערקלערט דערוועגן אינעם ספר התניא (לויטן מפתח ענינים פונעם תניא קדישא, הוצאת קה"ת).

כאן המקום [אויך] צו אים מעורר זיין איבער [די וויכטיגקייט] אפצוהיטן די דריי באקאנטע שיעורים פון חומש תהלים און תניא, וואס מיר האבן געהערט עטליכע מאל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז זיי זענען שווים לכל נפש, און זענען א סגולה פאר אסאך זאכן, אריינגערעכנט פאר די דערמאנטע ענינים [אויף וועלכע ער שרייבט].

בנוגע דאס וואס ער שרייבט וועגן . . אז זיין אויפפירונג איז אינגאנצן נישט צופרידנשטעליג, אבער מען [שפירט זיך] געצווינגען צו שווייגן.

ס'איז באקאנט און מען זעט עס אויך במוחש, אז ס'זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי צו משפיע זיין, און רעדן איז נישט אלעמאל דער סאמע ווירקזאמסטער מיטל, און בפרט רעדן דירעקט [צום מענטש]. און וויבאלד דער אלטער רבי, דער בעל התניא והשולחן ערוך, האט אונז געלאזט וויסן [דער כלל] אז "א איד, נישט ער קען און נישט ער וויל זיין אפגעריסען פון אלקות", וואס דאס ווערט אויך אנגעדייט אינעם פסק דין הרמב"ם (הל' גירושין סוף פרק ב'), [אז יעדער איד איז "רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות ויצרו הוא שתקפו"], איז דאך זיכער דא א וועג וויאזוי משפיע צו זיין אויך אויף יענעם, נאר מען דארף [אביסל] ארומזוכן [עס צו געפינען. עס איז אבער באקאנט דער כלל אז] "יגעת ומצאת" [אז ווען מען וועט זיך גענוג מתייגע זיין דערין, וועט מען זיכער מצליח זיין].

דער כלליות'דיגע נקודה אין דעם [אופן ההשפעה] איז, אז אסאך מאל איז דער וועג משפיע צו זיין פיל מער ווירקזאם ווען עס קומט בעקיפין [ד.ה. אומדירעקט; צי] דורך גוטע פריינט אדער דורך קרובים, ווי איידער אויף א דירעקטן אופן. ויהי רצון, אז פונקט ווי ער האט געברענגט די בקשה זאל ער אויך קענען אנזאגן גוטע בשורות אין דעם.

מיט א ברכה פאר גוטע בשורות אין אלע דערמאנטע ענינים.

תרגום חפשי מלשון קודש על אחריות המערכת בלבד* אגרות קודש חלק יט, ז'קמח *ʣȕǵȍȂǻǧ ȕȍȂǧ די ווערטער וואס זענען איינגעקעסטעלט [אין עקיגע קלאמערן], געפינען זיך נישט אינעם אריגינעלן מקור, און זענען צוגעלייגט געווארן דורך דער מערכת. די ווערטער וואס זענען איינגערינגלט (אין רונדיגע קלאמערן), זענען די לשון קודש'דיגע ווערטער פונעם אריגינעלן בריוו. ווי אויך, איז דער בריוו געשריבן געווארן (ווי פילע בריוו פונעם רבי'ן) בלשון נסתר (גוף שלישי), דעריבער שטייט 'זיין בריוו', אנשטאט 'דיין בריוו' (און אזוי אויך 'ער' אנשטאט 'דו').

More in this printout

View the whole printout