Skip to content
BET Journal

פרשה געדאנקען

  • Va'etchanan
  • 5784
  • Yiddish
View printout

רַק הִשָּׁמֶר לְךָ וּשְׁמֹר נַפְשְׁךָ מְאֹד פֶּן תִּשְׁכַּח אֶת הַדְּבָרִים וגו' וְהוֹדַעְתָּם לְבָנֶיךָ וְלִבְנֵי בָנֶיךָ. (ד, ט)

האט דער גאון רבי צבי יחזקאל מיכלזאהן זצ"ל אבד"ק פלונסק דערציילט, אז ביי די אסיפת ועד הרבנים אין ווארשא, האט ער געהערט ווי איינער זאגט פארן קאצקער צדיק זי"ע, אז ער וויל אז זיינע קינדער זאלן עוסק בתורה זיין. זאגט צו אים דער קאצקער, אז אויב וויל ער באמת אז זיינע קינדער זאל לערנען פלייסיג, זאל ער זעלבסט זיך זעצן לערנען, און זיי וועלן דאס זען און נאכטון. אויב נישט, וועלן אויך דיינע קינדער נישט לערנען תורה, נאר וועלן אנזאגן זייער קינדער צו לערנען...

דאס שטייט קלאר אין די תורה, פירט דער צדיק אויס: רַק הִשָּׁמֶר לְךָ וּשְׁמֹר נַפְשְׁךָ מְאֹד פֶּן תִּשְׁכַּח אֶת הַדְּבָרִים וגו' וְהוֹדַעְתָּם לְבָנֶיךָ וְלִבְנֵי בָנֶיךָ, וויאזוי די בניך וועלן ווייטער מודיע זיין לבני בניך ווענדט זיך אויב דו זעלבסט האלטסט די תורה. אויב דו וועסט נישט לערנען נאר פרעדיגן, דאן וועלן אויך בניך מודיע זיין לבני בניך און נישט אליינס לערנען. (שיח שרפי קודש)

לימוד תורה, וואו יעדע מינוט איז אומשאצבאר

אין זיין הספד אויף רבי יעקב ישראל קאניעווסקי, דער סטייפלער גאון זצ"ל, האט רבי מנשה קליין זצ"ל דערציילט דעם פאלגענדן סיפור:

אן איש מכובד פון לאנדאן איז אריין צום סטייפלער מיט א צעטל, אויף וועלכע עס איז געווען פארשריבן זיין נאמען. גלייך פרעגט אים דער גאון, אויב ער האט א ברודער אין שיכון וויזניץ (בני ברק)? ענטפערט ער אז יא. דער גאון, וועלכע האט ביידע פון זיי פריער נישט געזען אדער געקענט, פארלאנגט אז ער זאל אזוי גוט זיין און אים אראפרופן. ווען דער ברודער פון שיכון וויזניץ איז אנגעקומען, פרעגט אים דער סטייפלער אויב, ווען ער איז געווען א בחור אין ישיבה, פלעגט ער יעדן ערב שבת נאכמיטאג לערנען אין ביהמ"ד פלוני. דער איד, א פארוואונדערטער, ענטפערט אז יא. פרעגט דער גאון ווייטער, אויב ער געדענקט דעם אלטן שמש וועלכע פלעגט דאן רייניגן דעם ביהמ"ד? 'יא' איז זיין ענטפער. און צו געדענקסטו אויך ווי ער פלעגט דיר פארשיקן פון דיין ארט, וועלנדיג רייניגן דארט לכבוד שבת? יא, יא – און זיין וואונדער וואקסט.

די נאכט, דערציילט דער גאון, איז דער שמש הנ"ל געקומען צו מיר אין חלום, און אנטפלעקט אז ער האט נישט קיין מנוחה אין עולם העליון, וויבאלד ער האט דיר געשטערט פון לערנען יעדן ערב שבת – טראץ וואס זיין כוונה איז געווען א גוטער. ער האט מיר איבערגעגעבן גענוי וויאזוי דו הייסט און וואו דו וואוינסט, און געבעטן דו זאלסט אים ארויסהעלפן.

דעראיבער זיי אזוי גוט און גיי אראפ צום בית עולם וואו דער איד ליגט, און פארגעב אים פאר די אלע מאל וואס ער האט דיר געשטערט פון לערנען, בכדי ער זאל זיין מנוחת עולמים קענען באקומען. וכן עשה. (אשכבתי דרבי, א)

More in this printout

View the whole printout