דער הייליגער קארלינער צדיק מיטן הייליגן תפארת שלמה האבן אויסגעהיילט א שטומער און א טויבער קינד
- Vayeira
- 5787
- Yiddish
הרה"ק ר' שלמה הכהן ראדאמזקער זצוק"ל, דער הייליגער רבי פון ראדאמסק דער "תפארת שלמה", איז געווען פון די נאנסטע און געטרייסטע תלמידים פון "סבא קדישא" פון ראדאשיץ הרה"ק ר' ישכר בער זצוק"ל. כאטש ער איז געווען א גאון אין תורה און א גרויסער חכם, האט ער זיך מבטל געווען פארן סבא קדישא, וואס האט אים אויך שטארק ליב געהאט און אים געשאצט, און האט אלעמאל געזאגט: "ר' שלמה ראדאמסקער לערנט תורה לשמה!".
איינמאל, ווען ר' שלמה איז געקומען קיין ראדאשיץ, האט אים דער סבא קדישא אויפגענומען מיט באזונדערע התלהבות און געזאגט "גוט וואס דו ביסט געקומען, איך דארף אז דו זאלסט מיר העלפן מקדש זיין שם שמים אויף דער וועלט". ר' שלמה האט מסכים געווען, און דער סבא קדישא האט אריינגענומען ר' שלמה אין זיין צימער, און געהייסן דעם משמש רופן דעם "דייטשער יוד", וואס דרייט זיך שוין עטליכע טעג אין ראדאשיץ, און דער משמש ווי אלע איינוואוינער פון שטאט האבן זיך געוואונדערט: א "דייטשער יוד" וואס גייט אן א בארד און אן פאות, און אויך ניט נישט א אידישע מלבוש, וואס טוט ער דא אין חסידישער ראדאשיץ?
ווען דער דייטשער איך איז אריינגעקומען מיט זיין זון, האט ער געזאגט פאר די צוויי צדיקים אז ער געקומען בעטן א ברכה אויסהיילן זיין איינציג זון, וואס איז ליידער געווען טויב און שטום פון געבורטס אן, און ער האט צוגעלייגט: ער איז א גרויסער עושר אין דייטשלאנד, און זיין גאנצע עשירות איז אים גארנישט ווערט אז זיין איינציגסטן זון איז טויב און שטום. האם אים דער סבא קדישא געענטפערט: "מיר דארפן נישט דיין גאלד און זילבער, מיר פארלאנגן פון דיר אז דו זאלסט אויף זיך מקבל זיין צו לאזן וואקסן דיין בארד און פאות, דעמאלט זאג מיר צו אז דיין זון וועט אויסגעהיילט ווערן ווי יעדער מענטש און וועסט זען וואונדער אז דער אויבערשטער איז דער וואס האט געגעבן א מויל צום מענטשן".
דער דייטשער איך איז געווארן בלאס און געבעטן: מען זאל פון אים פארלאנגען אלעס, אבער נישט דעם דאזיגע "בושה", ווייל ווי וועט ער קענען באווייזן זיין פנים אין זיין שטאט, וואו ער ווערט גערעכנט צווישן די חשובסטע בירגער? ניין, ניין, דער פארלאנג איז צו שווער, דער סבא קדישא איז געבליבן ביי זיינס, און דער איך האט געזאגט אז אין נאך צוויי וואכן, איז ער גרייט צו לאזן וואקסן א בארד מיט פאות, ווייל אינצווישן האט זיין שוועסטערס מאכטער חתונה, און אויף די חתונה וועלן זיין הונדערטער חשובע געסט, ווי קען ער, מיט א בארד און פאות, מאנצן אויף דער חתונה?
די צדיקים האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן פון געלעכטער ווען זיי האבן געהערט דעם "טעם" פון דעם דייטשער איך פאר דער פארשפעטיגונג, זיי זענען געשטאנען פעסט, און געזאגט "אדער דו לאזסט וואקסן דיין בארד און פאות יעצט, און דאס קינד ווערט ווערן אויסגעהיילט, אדער עס בלייבט ווי ביז יעצט, אן א בארד מיט פאות און אן א רפואה פארן קינד!"
דער דייטשער איך האט געטראכט און געענטפערט מיט טרערן: "וואס טוט מען נישט פאר א איינציג זון! איך בין גרייט אויף אלעס, אבי מיין זון זאל הערן און רעדן ווי יעדער מענטש, איך וועל לאזן וואקסן מיין בארד און מיינע פאות פון יעצט אן". דער סבא קדישא האט אים געבעטן ער זאל בלייבן אויף שבת אין ראדאשיץ, "ביים שבתדיגן טיש וועסטו זען די וואונדער פון אויבערשטן".
די שמועה אז שבת וועט דאס קינד פון דייטשער איך אויסגעהיילט ווערן, האט זיך צושפרייט איבער גאנץ ראדאשיץ, און הונדערטער מענטשן האבן זיך געשטראמט צום רבינס טיש פרייטאג צונאכטס, עטליכע האבן פרובירט צו רעדן מיטן קינד, כדי צו פרובירן אויב ער איז טאקע שטום און טויב, אבער דאס קינד האט נישט געקענט הערן וואס מען רעדט, און האט אויך גארנישט געקענט ענטפערן.
פרייטאג צונאכטס ביים טיש, דער סבא קדישא זיצט אויבן אן און לעבן אים זיצט ר' שלמה פון ראדאמסק, צוזאמען מיט זיינע זין און די אויסגעקליבענע תלמידים, און לעבן אים שטייט דער שטומער אינגל, דער סבא קדישא מאכט קידוש און טרינקט רוב כוס, און ער בעט דער ראדאמסקער ער זאל מיט אים האלטן דעם בעכער, און ער ברענגט דעם בעכער צום מויל פון אינגל, און דער עולם האט זיך געשטופט צו זעהן, אבער דער סבא קדישא האט זיך אנגערופן און געבעטן מען זאל נישט שטופן דאס קינד, זאגט דער סבא קדישא צום קינד: "זאג נאך מיר: ברוך", זאגט דאס קינד, און זיין קול איז קלאר געהערט געווארן, אזוי האט ער נאכגעזאגט ווארט ביי ווארט די גאנצע ברכה: "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם, בורא פרי הגפן".
דער דייטשער איך האט אויסגעבראכן אין א שטראם פון טרערן, פון גרויס צופרידנקייט און שמחה, ער האט געדאנקט דעם סבא קדישא פארן וואונדער וואס ער האט געטאן פאר זיינע אויגן, און פאר די הונדערטער חסידים האט ער צוגעזאגט אז פון יעצט אן וועט ער זיך פירן ווי א חסידישער איך, און ער האט געהאלטן זיין הבטחה, ער פלעגט קומען קיין ראדאשיץ מיט זיין זון, וואס איז אויך געווארן א חסיד, אז סך מענטשן זענען געווען דערביי ביי דעם מופת, די מעשה האט זיך פארשפרייט איבער גאנץ פוילן, און געווען באקאנט ביז די יארן פון חורבן, זיע"א. (נפלאות התפארת שלמה ר' אברהם שמואל צבי הירשנצווייג)