Skip to content
פרדס יהודה

ווי אזוי האבן די מלאכים אויס געהיילט אברהם?

  • Vayeira
  • 5787
  • Yiddish
View printout

וַיִּשָּׂא עֵינָיו וַיַּרְא וְהִנֵּה שְׁלֹשָׁה אֲנָשִׁים נִצָּבִים עָלָיו וַיַּרְא וַיָּרָץ לִקְרָאתָם מִפֶּתַח הָאֹהֶל וַיִּשְׁתַּחוּ אָרְצָה: (יח ב) עס איז דא די באוואוסטע קשיא פארוואס שטייט צוויי מאל וַיַּרְא ווען עס וואלט געקענט שטיין וְהִנֵּה שְׁלֹשָׁה אֲנָשִׁים נִצָּבִים עָלָיו וַיָּרָץ לִקְרָאתָם? נאר מען קען זאגן אז איין מלאך איז געקומען אויסהיילן אברהם, שטעלט זיך די שאלה מיט וואס איז ער געקומען אויסהיילן? נאר מען דארף זאגן אז דאס איז די זעלבע בחינה וואס עס שטייט אין גמ' (נדרים דף מ' ע"ב) חִירְגָא דְיוֹמָא מַסְיָא אז די שטרלן פון די זון היילט אויס, פרעגט תוס' ד"ה חִירְגָא דְיוֹמָא מַסְיָא: וואס פאר א רפואה האט די זון? נאר די רפואה איז מען קוקט אויף די זון ווערט מען אויסגעהיילט, זעהט מען אז עס זענען דא כחות אז מען קוקט אויף דעם באקומט מען א רפואה, איז דאס אויך ווען די מלאכים זענען געקומען צו אברהם, וַיִּשָּׂא עֵינָיו וַיַּרְא ער האט געקוקט אויף זיי איז ער געווארן אויסגעהיילט און באקומען זיינע כוחות, דעריבער וַיַּרְא ווען ער האט געזען אז ער האט געהאט יעצט כח וַיָּרָץ לִקְרָאתָם איז ער געלאפן צו זיי מקיים זיין הכנסת אורחים. (ימין משה הר' יוסף בנימין שמעונואוויץ תלמיד ר' שמואל סאלאנט)

More in this printout

View the whole printout