וַיִּשָּׂא עֵינָיו וַיַּרְא וְהִנֵּה שְׁלֹשָׁה אֲנָשִׁים נִצָּבִים עָלָיו וַיַּרְא וַיָּרָץ לִקְרָאתָם מִפֶּתַח הָאֹהֶל וַיִּשְׁתַּחוּ אָרְצָה: (יח ב) עס זענען דא עטליכע דיוקים אין פסוק, ערשטנס איז די באוואוסטע קשיא פון מדרש פארוואס שטייט צוויי מאל וַיַּרְא? אויך איז שווער וואס איז דער לשון שְׁלֹשָׁה אֲנָשִׁים נִצָּבִים "עָלָיו" און נישט שְׁלֹשָׁה אֲנָשִׁים נִצָּבִים? אויך איז שווער פארוואס דארף שטיין מִפֶּתַח הָאֹהֶל, שטייט שוין פריער וְהוּא יֹשֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל? נאר אברהם אבינו זעהט אז דער אויבערשטער האט ארויסגענומען די זון פון איר בייטל כדי מענטשן זאלן נישט קומען צו אים שטערן ווען ער איז קראנק, אבער וַיִּשָּׂא עֵינָיו וַיַּרְא ווען אברהם זעהט דריי מענטשן גייען אין אזא היץ מיט מסירת נפש אין זיי קומען צו אים, האט ער געטראכט אז זיי דארפן עסן פאר זייערע משפחות און זיי זענען געקומען מיט מסירת נפש, האט אברהם געפאלגט אז זייער מסירת נפש איז גרעסער פון זיין מסירת נפש, דאס מיינט נִצָּבִים עָלָיו, זיי שטייען העכער פון אים, האט אברהם געהאלטן אז מִפֶּתַח הָאֹהֶל ער איז נישט אויף זייער מדרגה דעריבער וַיִּשְׁתַּחוּ אָרְצָה.
(אמרי יהודה הגה"צ ר' יהודה סג"ל ראזנער מפעקעסעאה)