Skip to content
פרדס יהודה

שיינע דרוש אברהם האט אויפגעארבעט אלע זיינע אברים!

  • Vayeira
  • 5787
  • Yiddish
View printout

וַיֵּרָא אֵלָיו ה' בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא וְהוּא יֹשֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל כְּחֹם הַיּוֹם: וַיִּשָּׂא עֵינָיו וַיַּרְא וְהִנֵּה שְׁלֹשָׁה אֲנָשִׁים נִצָּבִים עָלָיו וַיַּרְא וַיָּרָץ לִקְרָאתָם (יח א-ב)

עטליכע דיוקים זענען דא אין די פרשה, ערשטנס די קשיא פון מדרש דער כפל הלשון וַיַּרְא וַיַּרְא, אויך פון דא לערנט ארויס די גמ' (שבועות דף לה:) גדולה הכנסת אורחין יותר מהקבלת פני שכינה, ווייל דא איז דער אויבערשטער געקומען מבקר חולה זיין אברהם, איז די שאלה אבער פון וואו האט אברהם דאס געוואוסט? נאר מען קען זאגן א שיינע מהלך דאס צו פארענטפערן, ווייל עס שטייט אין הייליגן ספר תפארת שלמה אז אברהם האט אויסגעארבעט אלע זיינע איברים אז זיי קענען נאר טאהן דעם רצון הבורא, דעריבער האט איך געקלערט אז דאס איז פשט ביי די עקידה שטייט אז דער אויבערשטער היסט שעחטן יצחק און נאכדעם קומט א מלאך און זאגט נישט שעחטן? נאר וַיִּשְׁלַח אַבְרָהָם אֶת־יָדוֹ וַיִּקַּח אֶת הַמַּאֲכֶלֶת לִשְׁחֹט אֶת בְּנוֹ (בראשית כב י) אברהם זעהט אז די הענט לאזן אים נישט שחטן האט ער פארשטאנען אז דער אויבערשטער וויל נישט ער זאל שחטן יצחק, ממילא דאס וואס דער מלאך הייסט אים איז גערעכט, און מיט דעם האב איך מסביר געווען ביי לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ, אז דער אויבערשטער זאגט אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַרְאֶךָּ אבער ער האט אים נישט מגלה געווען וואו צו גיין? נאר אברהם האט שוין געוואוסט אז זיינע פיס וועלן נאר גיין מיטן רצון ה', דאס זעלבע איז דא, אברהם רעדט מיט די שכינה, און ער איז מיט דביקות בה' און האט דרך ארץ, אבער וַיִּשָּׂא עֵינָיו, ווען פלוצלונג עפענט זיך זיינע אויגן פון זיך אליין און וַיַּרְא וְהִנֵּה שְׁלֹשָׁה אֲנָשִׁים און ער זעהט מענטשן, האט ער שוין פארשטאנען אז דער רצון ה' איז אז ער דארף גיין מקים זיין הכנסת אורחים, און דעריבער וַיַּרְא וַיָּרָץ לִקְרָאתָם איז ער געלאפן, דאס קען זיין פשט אין מדרש וַיֵּרָא בַּשְּׁכִינָה אברהם האט געזען די שכינה איז מיט אים אבער וַיֵּרָא בַּמַּלְאָכִים געזען די מלאכים, ווייסט ער אז ער דארף גיין צו זיי, איז יעצט גוט וואס שטייט וְאֶל הַבָּקָר רָץ אַבְרָהָם וַיִּקַּח בֶּן בָּקָר רַךְ וָטוֹב וַיִּתֵּן אֶל הַנַּעַר וַיְמַהֵר לַעֲשׂוֹת אֹתוֹ: (יח ז) וואס איז שווער אויב אברהם האט געהאט א נער וואס טוט דאס, פארוואס לויפט ער? נאר זיינע פיס האבן אליין אנגעהויבן צו לויפן גיין דאס ברענגען און נאכדעם ביים גיין מאכן די בֶּן בָּקָר האט ער מרגיש געווען אז עס גייט נישט, דעריבער וַיִּתֵּן אֶל הַנַּעַר האט ער געדארפט דאס געבן צו זיין באדינער דאס צו מאכן. (שמח זבולון תשפ"ד)

More in this printout

View the whole printout