Skip to content
פרדס יהודה

פארוואס שטייט נישט ואקח פת לחם?

  • Vayeira
  • 5787
  • Yiddish
View printout

וְאֶקְחָה פַת לֶחֶם וְסַעֲדוּ לִבְּכֶם: (יח ה) דא האט אברהם געזאגט אז זיין רצון איז געווען צו ברענגען ברויט צו די אורחים, אבער אין רש"י (פסוק ח) שטייט וַיִּקַּח חֶמְאָה: וְלֶחֶם לֹא הֵבִיא, אז מען האט נישט געברענגט ברויט, איז לכאורה א פלא אז דער אויבערשטער האט נישט געטאן דעם רצון פון צדיק? נאר מען קען דאס פארענטפערן מיט א דיוק: פארוואס שטייט "וְאֶקְחָה" פת לחם און נישט "וְאֶקַּח" פת לחם? נאר עס שטייט אין ספר הכתב והקבלה פון הגאון ר' יעקב צבי מעקעלענבערג (פ' חיי שרה) שטייט וַיִּקְרְאוּ לְרִבְקָה וַיֹּאמְרוּ אֵלֶיהָ הֲתֵלְכִי עִם הָאִישׁ הַזֶּה וַתֹּאמֶר אֵלֵךְ: (כד נח) זאגט רש"י וַתֹּאמֶר אֵלֵךְ. מֵעַצְמִי, וְאַף אִם אֵינְכֶם רוֹצִים, וואס לכאורה וואס וויל רש"י דא פארענטפערן? נאר דא איז דער דיוק פארוואס האט רבקה נישט געענטפערט וַתֹּאמֶר אֵלְכָה? נאר עס איז א חילוק צו עס שטייט א ה"א צום סוף פון ווארט, ווייל ווען עס שטייט א ה"א מיינט דאס נישט א פעסטע החלטה, נאר א החלטה וואס ווענדט זיך אין עפעס, דעריבער זאגט רש"י זי האט געזאגט אֵלֵךְ אפילו איר זענט נישט מסכים, ווייל אויב רבקה וואלט געוואלט אויף זייער הסכמה וואלט זי געענטפערט אֵלְכָה, דעריבער שטייט וַתֹּאמֶר אֵלֵךְ, א רצון מיט החלטה איך גיי אפילו איר זענט נישט מסכים, דאס זעלבע איז געווען ביי אברהם וואס האט געזאגט וְאֶקְחָה פַת לֶחֶם ווייל דער רצון ווענדט פון נעמען פת, ווענדט זיך אין עפעס, און אויב שרה וועט נישט קענען באקן ברויט וועט נישט זיין פַּת לֶחֶם, דעריבער האט ער נישט געזאגט "וְאֶקַּח" פת לחם, ווייל דעמאלט וואלט געמוזט זיין ברויט ווייל דאס איז א רצון פון החלטה. (מכתם לדוד הגאון ר' דוד שעפערער)

More in this printout

View the whole printout