שמועסן פון הרה"ק מהרנ"ץ מ'זידיטשוב זי"ע – איבערגעזעצט פון די טעיפס
כ״ב חשון
הרה״ק ר׳ ישכר דוב מבעלזא זצ״ל (מהר״י״ד)
עס האט זיך דערקענט אויף אים אז ער איז מלא פחד ד', די וואס האבן געקוקט אויף אים האט תיכף אנגעכאפט א פחד אין הארץ.
אין לאנדאן איז געווען א איד ר' חיים נטע כ"ץ ז"ל, ער פלעגט פלאקערן ביים דאווענען – הלואי וואלטן אינגעלייט בנו של קדושים געדאווענט אזוי ווי אים. ער האט פארציילט אז ער האט געהערט פון הרה"ק ר' ישכר דוב אז הכנסת אורחים איז א סגולה פאר גוטע קינדער, ע"כ. עס זעהט אויס אז זיינע עלטערן האבן זוכה געווען צו אזא קינד צוליב זייער הכנסת אורחים.
כ"ג חשון
הרה"ק ר' יהוסף מקאסאני זצ"ל (בני שלישים)
איך האב געהערט פון הגה"צ ר' פינחס שלום מקאסאן זצ"ל ער האט דערציילט אז ער געדענקט ווען די צוויי צדיקים, [מיין מוטערס פאטער] הרה"ק רבי משולם'דיל מזידיטשוב דראביטש זי"ע (זיין מוטער איז געווען א טאכטער פון רבין ר' אייזיקל מזידיטשוב זי"ע) און זיין ידיד הרה"ק ר' יהוסף מקאסאן זצ"ל פלעגן פארברענגען צוזאמען אויף א שיעור קבוע אין קבלה.
אמאל האט רבי יהוסף זיך באקלאגט מיט'ן אמרי יוסף (הרה"ק ר' יוסף מאיר מספינקא זצ"ל) און זיי האבן געשמועסט דורכאויס א גאנצע נאכט וועגן רביה"ק הרבי ר' אייזיקל מזידיטשוב זי"ע, זיי האבן זיך פארציילט איינער דעם צווייטן וועגן די גרויסקייט פון דעם רבין ר' אייזיק'לס הייליגע עבודה. ביי צדיקים וואס נאכט איז געווען א געוואלדיגע הויכע צייט, זיי פלעגן אפראווען א געהויבענע עבודה יעדע נאכט, האבן די צדיקים זיך פארענטפערט איינער פארן צווייטן פארן פארברענגען אזוי פיל צייט אין די נאכט שעות. אבער נאך אלס האבן זיי זיך נישט געקענט איינהאלטן פון רעדן וועגן די עבודה פון הייליגן רבין ר' אייזיקל. זכותם יגן עלינו.