ז' חשון – הרה"ק רבי יהודה צבי מראזלא זי"ע
דער ראזלא רב האט אמאל פרייטאג צונאכטס ביים טיש באמערקט אז זיין שווגער דער הייליגער עטרת צבי זי"ע יאגט זיך. ראזלא רב האט זיך געווינדערט ווייל עס איז נישט געווען די סדר פון עטרת צבי זיך צו יאגן ביים טיש און ער האט פארשטאנען אז דער שווער האט ספעציעלע כוונות דערין, ער האט פארשטאנען אז עפעס ספעציעל וועט זיין נאכן טיש. האט ראזלא רב געווארט צו זעהן וואס גייט זיין נאכן טיש. נאכדעם וואס דער עטרת צבי איז אריין אין זיין צימער האט ראזלא רב אריינגעקוקט דורכן לאך פונם קלאמקע און ער האט דארט געזעהן א געוואלדיגע ליכטיגקייט און עס געפֿענען זיך דאָרט צוויי מענשען, איינער אן אלטער און איינער איז א אינגער. ראזלא רב האט צוגעלייגט אן אויער און ער האט געהערט ווי דער עטרת צבי פרעגט זיי פשט אין א שטיקל זוהר הק'. איינער פון די צוויי האט געענטפערט אויף איין אופן און דער צווייטער האט געענטפערט אויף א צווייטע אופן. דער עטרת צבי האט געפרעגט א קשיא אויף ביידע פשטים און ער האט אליינס געזאגט א דריטע פשט אינם זוהר און ביידע האבן מסכים געווען מיט עטרת צבי.
צומארגנס ביי סעודה שלישית האט דער עטרת צבי נאכגעזאגט דעם שטיקל זוהר, ער האט געפרעגט אויפן זוהר דעם זעלבן קשיא און ער האט געזאגט אזוי (מיט באקאנטן זידיטשוב'ע נוסח) "רבי שמעון בר יוחאי ענטפערט אזוי [ער האט נאכגעזאגט א פשט] און דער אר"י הק' ענטפערט אזוי [ער האט נאכגעזאגט א צווייטע פשט] און מיר האבן געזאגט..." [ער האט נאכגעזאגט א דריטע פשט] און ביידע האבן מסכים געווען מיט מיין פשט, און אויב גלייבט איר מיר נישט קענט איר פרעגן דעם שווארצן גנב ער האט אריינגעקוקט אין די קלאמקע". (ראזלא רב האט געהאט שווארצע האר, דעריבער האט ער אים גערופן "דעם שווארצן". רבי שמעון בר יוחאי איז שוין געווען עלטער ווען ער איז אוועק און דער אר"י הקדוש איז אוועק אלס אינגערמאן).
ובקשר צום "שווארצן גנב"... דער עטרת צבי האט געהאט א טאכטער אין שידוכים (אינגער איר האט ער געהאט נאך א טאכטער), ווען מען האט אים אנגעפראגן שידוכים פאר די עלטערע טאכטער, נישט וויסענדיג וועלכע בחור צו נעמען, איז ער אריין צו זיין רבי דער חוזה פון לובלין און ער האט פארשריבן אין קוויטל די נעמען פון צוויי בחורים וועלכע מען טראגט אים אן. איינער איז געווען הרה"ק ר' נפתלי הערצל לאבין זי"ע און דער צווייטער איז געווען זיין פלעמעניק (נעפיו) דער ראזלא רב. ר' נפתלי הערצל איז געווען א בלאנדער און ראזלא רב איז געווען א שווארצער... די רבי פון לובלין האט אריינגעקוקט אינם קוויטל און געזאגט "דער ווייסער פארן שווארצן און דער שווארצן פארן ווייסן... האט דער עטרת צבי פארשטאנען אז ער זאל נעמען ביידע בחורים, ר' נפתלי הערצל פארן עלטערן טאכטער און ר' יודא הערש פארן אינגערן. זכותם יגן עלינו.