ה' אחרי קדושים תשפ"ו
האדמו"ר מטאלנא: וואס מאכט מען?
רבינו שליט"א: מ'מאכט זיך נישט וואוסענדיג...
האדמו"ר מטאלנא: מ'דארף דאס קענען... אבער ב"ה כ'זעה אז דער רבי איז 'בתקפו ובגבורתו', אזוי גוט און פריש...
רבינו שליט"א: ב"ה. כ'האב אינזין געהאט צו פרעגן: מ'קען דערקענען א חילוק צווישן דעם טאלנע מגיד'ס ספרים: 'מגן דוד, ברכת דוד, קהלת דוד'?
האדמו"ר מטאלנא: איך קען דערקענען א חילוק. א געוואלדיגע חילוק. די 'כותבים' זענען געווען אנדערע. 'ברכת דוד' איז זייער נישט קלאר געשריבן. 'קהלת דוד' איז די תוכן הדברים מער קבלה'דיג. דאס איז שוין געווען מער אויף די עלטער. די חלק 'הקבלה' איז זייער 'בנגלה'... אבער 'מגן דוד' איז לכאורה די שטארקסטע ספר. כ"ק האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א האט מיר געזאגט, אז זיין שווער הגה"צ ר' אלחנן היילפרין זצ"ל גאב"ד ראדומישלא האט געהאט אין גאלדעס-גרין א איד וואס האט געשטאמט פון אנטווערפן, ער איז געווען א קאפישניצער חסיד, אבער אין אנטווערפן האט ער זיך באקענט מיט א טאלנא חסיד און יענער האט אים געגעבן א געשמאקע ספר 'מגן דוד', און יענער איד האט אים געזאגט, אז 'אין טאלנא' איז 'מגן דוד' געווען די עיקר. קען זיין ווייל מגן דוד איז מער 'דרך עבודה', נישט אזוי קבלה'דיג און ס'איז געשריבן געווארן מער קלארער.
רבינו שליט"א: דאס איז מיר זייער א חשובער ידיעה. מ'זעהט אין די חסידישע ספרים, אז יעדע ספר האט א 'רוקן ביין', געוויסע יסודות וואס אויף דעם איז דאס גאנצע ספר געבויעט. וועגן דעם איז וויכטיג צו לערנען א ספר 'פון דאשקע צו דאשקע'.
האדמו"ר מטאלנא: צו דעם מ'דארף האבן אסאך זיץ פלייש און חשק... מיין זיידע דער טאלנער רבי ז"ל האט נישט געהאט גארנישט מיטן ספר מגן דוד. ער האט מיר אליין געזאגט: "מיין ספר איז 'מאור עינים'!". טאג און נאכט האט ער געלערנט 'מאור עינים'. ער האט אמאל נאכגעזאגט פון 'מגן דוד', אבער ער איז נישט געלעגן אין דעם. אבער איך בין חיים לחיים האב שוין געהאט חברותות אין מגן דוד פון די דרייצן יאר!... ער פלעגט זיך אזוי וואונדערן: "האסט א געשמאק אין מגן דוד? איך האב אפילו נישט א געשמאק אין דעם!"... ער איז געווען א אמת'ע מענטש... זעהט אויס אז ס'איז א 'שורש נשמה' זאך. יונגערהייט האב איך אודאי געטאפט א וואנט, אבער מיט די צייט האב איך באקומען א געשמאק אין דעם.
רבינו שליט"א: ס'איז מיט יעדע ספר אזוי. אפילו די ספרי קבלה וואס איז שוין טאקע שווער, אבער אז מ'לאזט נישט אפ און 'מ'עסט טשוועקעס' קומט מען אן...
האדמו"ר מטאלנא: אבער איינמאל מ'קומט אן קען מען עס נישט אפלאזן... מ'פילט אז מ'פארשטייט שוין עפעס, צווישן די ווערטער. מ'פארשטייט שוין וואס ער מיינט.
רבינו שליט"א: כ'האב דעם ספר 'מגן דוד' וואס מ'האט געדרוקט אין לעמבערג.
האדמו