האדמו"ר מקאפיטשניץ: מ'האט געוואוסט אז מ'קען גיין א טאג פריער און א טאג שפעטערב.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: קיבל את פני הקודש בשמחה רבה והתעניין אצל רבינו שליט"א על סיבת בואו לארה"ק, ואמר רבינו שליט"א שהגיע לרגל הילולת ה'שלושים' של מרן רבינו הק' זי"ע.
רבינו שליט"א: די יארצייט איז געווען שבת. ווען די יארצייט פון הרה"ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלי זי"ע איז אויסגעפאלן אויף שבת, פלעגט דער זיידע ז"ל גיין צום ציון ערב שבת. ס'איז א פלא, ווייל עפ"י סברא וואלט מען געזאגט אז מ'זאל גיין 'נאכ'ן' יארצייט, ווייל דעמאלט בלייבט נאך א רושם, אבער אזוי האט זיך דער זיידע ז"ל געפירטא.
השבת שייכים לשבת הבא וג' ימים שלאחריו שייכים לשבת שעבר, הרי דג' ימים נגררים אחר יום קדוש להיות טפלים אליו. והרי מצינו בקבה"ת דנצטוו בפרישה ג' ימים לפניו, ובפוסקים מצינו דג' ימים קודם ר"ה צריכין החזן והתוקע לפרוש מכל דבר המביא לידי טומאה, וכן מצינו בשם רש"ל ז"ל וכו' דמצות שלישי למילה יש יותר חיוב מסעודת ברי"מ עצמה וכו', עכ"פ מצינו דג' ימים אחר המצוה עדיין יש התעוררות ורחישו מרחשן שפוואתיה". ואחר שמביא ראיה נוספת מהגר"ש קלוגר זצ"ל בפתיחה ל'עבודת עבודה' מסיים: "וע"כ יש מקום יותר לפרש דברי הקדוש מהרח"ו זי"ע דהאריז"ל נשתהה במירון ג' ימים היינו ב' ימים שלפניו או אולי יום מלפניו ויום מאחריו משנאמר דהיה כולן מאחריו וכו', אבל יש מקום לקבלתנו ג"כ. והרי בהילולא אומרים מעיקר הדין 'שהשמחה במעונו' משעה שהתחילו להכין על החתונה ואחריו שלושים יום, ואם עושה סעודה בפירוש מחמת ההילולא אומר 'שהשמחה במעונו' כל י"ב חודש כדאיתא בגמ' ובשו"ע (אה"ע סי' סב), א"כ הכי נמי בהילולא של הצדיק סברא גדולה שיש הארה מלפניו ומלאחריו וכי אקח מועד מישרים אשפוט".
א. בנטעי גבריאל (אבילות, פרק עו) מביא מקורות דלהלן: עיקרי הד"ט יו"ד לו, אות לה, שד"ח אות צו, וכה"ח סי' תקס"ח סקצ"ד, וכן יוצא משו"ת חת"ס או"ח סי' קס"ב דזריזין מקדימין להקדים תפלה לצרה עיי"ש.
ז"ל מהרח"ו בפרע"ח שם: "בזמן הזה בענין ההולכים על הקבר רשב"י ור"א בנו במירון בל"ג בעומר, אני ראיתי למורי ז"ל זה שמונה שנים שהלך עם אשתו ועם ביתו והיה שם ג' ימים ההם". וכעי"ז בשעה"כ שם: "ענין מנהג שנהגו ישראל ללכת ביום ל"ג לעומר על קברי רשב"י ור"א בנו אשר קבורים בעיר מירון כנודע ואוכלים ושותים ושמחים שם, אני ראיתי למוז"ל שהלך לשם פ"א ביום ל"ג לעומר הוא וכל אנשי ביתו וישב שם שלשה ימים ראשונים של השבוע ההוא".
וע"ע שו"ת חמדת שאול (סי' מז) שכותב הגר"ש ראזנבערג זצ"ל מראצפערט: "אלא על כרחך צ"ל דמהרי"ק סבירא ליה דאף אם מתענה ביום שלאחריו עושה הפעולה ממש כמו שמעתנה באותו יום, כמו ששמעתי בשם צדיקים שיום יארצייט נמשך שלשה ימים, ע"כ אין חילוק בין מתענה ביום היא"צ או מתענה ביום שלאחריו".
וראה שו"ת נחלה לישראל (סי' נא) שכותב הגרי"מ היבנר זצ"ל מניזנוב: "..ושם במסיבה עברו בינינו דברים מנידון הילולא של הצדיק אשר שמעתי באומרים לי ששלושה ימים לפניו ולאחריו אור זרוע לצדיק ולישרי לב שמחה וכו', ידע ידידי דדבר זה שמעתי מאיש אמונים בשם צדיק מפורסם ואם קבלה הוא נקבל הדבר בחיבה יתירה כי אינה רחוקה ממנו, ומצינו כיוצ"ב בימי השבוע דג' ימים לפני
חתנו האדמו"ר מטאלנא בי"ש: דער מונקאטשער רב שרייבט אין 'דברי תורה' בשם זיין טאטן, אז די 'וועלט' מאכט א טעות וועגן גיין צו א ציון אין די 'דריי טעג' פון די יארצייט, ווייל ס'איז נישטא קיין מקור דערויף.
רבינו שליט"א: אייער פאטער איז נאך געווען ביי הרה"ק רבי ישראל מטשורטקוב זי"ע?
האדמו"ר מקאפיטשניץ: יא. ביים צווייטן טשורטקובער. מיין טאטע איז אויפגעוואקסן אין וויען און ער האט געקענט דעם טשורטקובער פון דעמאלט. שפעטער אלס בחור ווען מיין טאטע האט געלערנט אין די ראדאמסקע ישיבה אין קראקא און ער איז אהיימגעקומען קיין וויען, איז ער געגאנגען קיין טשארטקוב צו רבי נחום מרדכי. אבער איך האב אויך געהערט פון אידן וואס זענען געווען ביים רבי'ן רבי ישראל אז ער פלעגט גיין צום קבר הושענא רבא שחרית, אבער סתם אזוי איז מען נישט געגאנגען. אויב איז געווען יארצייטן אין חודש ניסן, פלעגט מען ארויפגיין פריער.
האדמו"ר מטאלנא: דאס איז געווען א רוזינער מנהג? כ'ווייס אז אין בעלזא האט מען זיך אויך אזוי געפירט.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: ביי אונז איז די מנהג, אז מ'פלעגט נישט גיין צו קברים אויף ערב שבת. חוץ מזה, אלע טעג וואס מען זאגט נישט קיין תחנון, פלעגט מען אויך נישט גיין צו קברים.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: א פלא איז, הרה"ק רבי דוד משה מטשארטקוב זי"ע איז נסתלק געווארן ביום הושענא רבה, און מען פלעגט גיין צו זיין ציון פאר שחרית. מען איז געגאנגען צופוס, ווייל חול המועד פלעגט מען נישט פארן, עס איז געווען א שטיקל וועג פונעם ביהמ"ד ביזן בית החיים, נישט קיין גרויסע מהלך. אויב עס האט גערעגנט האט מען טאקע נישט געקענט גיין. למעשה איז דאס די איינציגסטע מאל וואס מ'איז געגאנגען צו א ציון אפילו אין א טאג וואס מ'זאגט נישט תחנון. קען זיין אלס 'הושענא רבא', כ'ווייס נישט. מיין טאטע ע"ה איז אמאל געווען אין טשארטקוב אויף הושענא רבה, אין די צייטן פון הרה"ק רבי נחום מרדכי זי"ע, און ער האט געדענקט אז מען איז געגאנגען צום קבר אויף הושענא רבה.
וואס עס איז אינטערעסאנט איז, אז אין צפת איז דער יארצייט פונעם 'בית יוסף' י"ג ניסן, און דער 'בית יוסף' שרייבט אז מען זאל נישט גיין צו קברים אין חודש ניסן. דערפאר פלעגט מען אין צפת קיינמאל נישט גיין צו זיין קבר, אפילו די איינוואוינער פון צפת אליין נישט. אבער ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט צו זעען א מודעה אין איינע פון די צייטונגען, אז ס'ווערט ארגענאזירט א נסיעה צום ציון פונעם 'בית יוסף' אין טאג פונעם יארצייט...
ג. בספר 'דברי תורה' מונקאטש (ח"ג אות מו): "אומרים העולם ובפרט ההמון בין החסידים כי יארצייט של צדיק הוא נחשב כחו ג' ימים מקודם וג' ימים לאחר זה, ונמצא הוא שבוע שלם היינו ג' ימים מקודם וג' ימים לאחריה ויום היארצייט בעצמו, סך הכל ז' ימים" ויעו"ש שכותב שאין ראיה לזה ממש"כ בפרע"ח הנ"ל. וע"ע 'דברי יצחק' (שער מועדים וזמנים סי' ה) על שער הכוונות הנ"ל: "יש שרצו להוכיח מפה שנשמת הצדיק מגיע לקברה ג' ימים לפני ההילולא וכו', ובאמת חידוש זה של ג' ימים לפני וג' ימים אחרי לא ברור מקורו ויש שרצו לומר שהצדיק הוא בחינת שבת שמשפיעה ג' ימים לפניה וג' ימים לאחריה, אבל בודאי שאין ההארה של ג' ימים לפני ואחרי ההילולא שווה להארה הגדולה של עצם יומא דהילולא וק"ל".
האדמו"ר מטאלנא: אין סקווירא גייט מען ב' ניסן צום ציון.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: יא, ביי צדיקים גייט מען יא ארויף אין חודש ניסן, חוץ פונעם 'בית יוסף' וואס האט געפסק'נט אז מען זאל נישט גיין צו קברים אין חודש ניסן.
רבינו שליט"א: אין מיין אלטן ביהמ"ד, זענען געווען עטליכע אידן וואס האבן געוואלט פראווענען א יארצייט סעודה אין טאג פונעם שינאווא רב'ס יארצייט. ס'האט מיר נישט געשטערט. דעם נעקסטן טאג ביי שחרית האבן זיי געוואלט אז מ'זאל נישט זאגן קיין תחנון, האב איך זיי געזאגט:
"דער שינאווער רב וועט מיר זיכער זאגן א יישר כח, פאר'ן יא זאגן תחנון. ווייל כ'בין זיכער אז ער האט געהאלפן אז מ'דארף זאגן תחנון אפילו אין טאג פון א יארצייט"... דאס דערמאנט מיר די נסיעה צום 'בית יוסף'...
רבינו שליט"א: אבער וואס איז געווען די נאמען פון די רעבעצין פון וועמען ער האט געהאט קינדער?
האדמו"ר מקאפיטשניץ: ער איז געווען אן איידעם ביי א גבירי'שן איד ר' טובי' קאטשקעס.
האדמו"ר מטאלנא: דער 'בני יששכר' האט געזאגט אז מען זאל נישט גיין צו זיין קבר בו ביום פונעם יארצייט.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: כ'האב געהערט דערוועגן. עס איז געווען נאך א רבי וואס האט מקפיד געווען אז מען זאל נישט גיין צו זיין קבר אינעם טאג פונעם יארצייט.
רבינו שליט"א: דער מונקאטשער רב זי"ע פלעגט גיין צו זיין פאטער'ס קבר אויף יום טוב סוכות.
האדמו"ר מטאלנא: אין 'דרכי חיים ושלום' ווערט געברענגט אז ער פלעגט גיין צום קבר פון זיין מוטער וואס איז נסתלק געווארן פסח.
רבינו שליט"א: נאך זיין פטירה איז געווען א גרויסע דחקות אין שטוב ביי הרה"ק רבי ברוכ'ל, און מ'האט אים דערציילט אז ס'איז דא א איד וואס פלעגט אים שטיצן, דאס איז געווען דאקטאר גארדן. האט ער געזאגט: "א שאד, א שאד פארוואס האט מען מיר נישט געזאגט ביז יעצט, ווייל אויב וואלט איך עס געוויסט פריער, וואלט איך אים געקענט טון א פיל גרעסערע טובה ווי איך קען אים יעצט טון".
האדמו"ר מטאלנא: הרה"ק רבי ברוכ'ל זי"ע איז געווען דער סנדק ביי רבי דוד'ל טאלנער.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: רבי ישראל מטשארטקוב פלעגט גיין צום ציון פון זיין פאטער אויף הושענא רבה און ער האט געזאגט דעם קאפיטל 'תפילה למשה' און נאכדעם געזאגט 'גוט יום טוב טאטע', און איז ארויס פונעם אוהל.
רבינו שליט"א: ס'איז באקאנט אז ער האט געזאגט אויף אים: "ער קוויטשעט ווי א חכם".
רבינו שליט"א: ווייסט איהר ווי אזוי די רעבעצין פונעם רבי'ן ר' ברוכ'ל האט געהייסן?
ד. א"ה: כנראה הכוונה על מנהג וויזניץ שלא לעלות לציון הרה"ק בעל אהבת שלום מקאסוב זצ"ל
האדמו"ר מקאפיטשניץ: זיין צווייטע פרוי ווערט דערמאנט אין געוויסע פלעצער.
האדמו"ר מטאלנא: ער האט אויך געזאגט אויף רבי דוד'ל טאלנער: "אין מיין דור בין איך דער 'חכם הדור', און אין זיין דור וועט ער זיין דער 'חכם הדור".
רבינו שליט"א: דער זיידע ז"ל האט מיר געזאגט אז 'יצחק אייזיק' האט אים דער טאטע א נאמען געגעבן נאך זיין זיידן הרה"ק ר' אייזיק'ל קאמארנער', און מ'האט צוגעגעבן דעם נאמען 'דוד' נאך הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זי"ע.
רבינו שליט"א: ס'האט געהייסן אז ער לאזט איבער די רביסטעווע אין וויען, אבער אין מיין זיידע'ס ספר 'אמרי ברוך' וואס איז געדרוקט געווארן אין וויען, איז דא דארט אן הסכמה פונעם 'אביר יעקב' און אויך פון רבי שלומה'ניוט.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: אין וויען איז ער שוין נישט געווען א רבי. נאך דער סאדיגורא'ער פעטער'ס הסתלקות האט ער אנגעהויבן פירן נאר די יארצייט טישן. נאך מיין פעטער'ס פטירה האט מען אים אנגעהויבן דרוקן, האט ער געפראוועט עטליכע טישן. כ'געדענק דאס ערשטע יאר, שבת שירה, ס'איז געווען א חודש נאך מיין פעטער'ס פטירה. ביי אונז איז געווען דער מנהג אויפצורופן די רבי'ס צו 'שלישי', און שבת שירה האט מען געליינט שלישי און רביעי צוזאמען, כדי אריינצונעמען די 'שירה'.
האדמו"ר מטאלנא: טאקע ביידע זענען נפטר געווארן אין דעם זעלבן טאג, י' אייר.
רבינו שליט"א: יא, כ'האב דאס שפעטער אויסגערעכנט... דער זיידע ז"ל האט מיר דערציילט אז זיין פאטער פלעגט פארן צו רבי דוד'ל טאלנער ווען ער איז נאך געווען א בחור, און זיין פאטער האט אים געזאגט אז ער האט א געוויסע חריץ אויפן שטערן און רבי דוד'ל טאלנער האט דאס אויך געהאט.
האדמו"ר מטאלנא: אין וועלכע יאר איז דער סקאליע רבי ז"ל געבוירן?
האדמו"ר מטאלנא: מ'האט שוין געדארפט ליינען ביז נאך חמישי 'פרשת המן' און נעמען אלעס....
האדמו"ר מקאפיטשניץ: ביז רביעי. אזוי איז געווען עטליכע מאל א יאר. שבת נחמו און יום טוב שבועות פלעגט מען אויך אויפרופן שלישי און רביעי אינאיינעם. עכ"פ, מ'האט אים אויפגערופן שלישי שבת שירה, און ער איז געווארן זייער זייער פרינומיראנט.
רבינו שליט"א: אין יאר תרנ"ח. און ווען איז הרה"ק רבי דוד'ל טאלנער זי"ע נפטר געווארן?
האדמו"ר מטאלנא: אין יאר תרמ"ב.
רבינו שליט"א: אונזער זיידע הרה"ק רבי אלעזר חיים מיאמפאלי זי"ע, האט א שטיק צייט געוואוינט אין שטאט 'סקאלאט', און ער האט דארט געהאט אויסצושטיין פון די הוסיאטינער חסידים... ער איז דאך געגאנגען מיט א 'הויכע ווארך' אויפן שטריימל אזוי ווי די רוזינער רבי'ס... כ'האב ביי מיר די ארגינאלע הסכמה פונעם קאפישניצער רבי'ן רבי יצחק מאיר זצ"ל אויפ'ן עלטער-זיידנ'ס ספר 'אמרי ברוך' און דארט שטייט צום סוף געשריבן: "ומעתה
יהיה שלום על ישראל"... דאס מיינט ער די הוסיאטינער חסידים... אבער דער זיידע ז"ל האט נישט געדרוקט דעם שורה...
האדמו"ר מטאלנא: דער מאנאסטריטשער רבי איז אויך אזוי געגאנגען.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: מסתם זענען דאס די כתבים פון רבי ישראל מרדכי טייטלבוים. ער איז געווען דער 'כותב', בדרך כלל האט ער געשריבן.
רבינו שליט"א: כ'ווייס נישט, ס'איז דא דארט א חתימה פונעם קאפישניצער אליין.
רבינו שליט"א: די מאמע פון רבי אליעזר חיים זי"ע איז געווען א קרובה פונעם שטעפינעשטער רבי'ן; זי איז געווען די טאכטער פון הרה"ק רבי שמואל וואכניווקער זצ"ל וואס איז געווען אן אייניקל פונעם 'משנת חכמים'. זי איז געווען א שוועסטער פון די מאמע פון הרה"ק ר' שלום שכנא מפרוביהשט זצ"ל.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: פארוואס איז רבי אליעזר חיים געגאנגען א 'הויכע וועריך'?
רבינו שליט"א: מיין שווער (הרה"צ ר' מאיר מסקאליע) זצ"ל האט געזאגט אז הרה"ק רבי ברוכ'ל ממעזיבוזש זי"ע איז אזוי געגאנגען. אבער כ'קלער אז דאס איז אויך געקומען וויבאלד רבי אליעזר חיים איז געווען א יתום און ער איז אויפגעוואקסן ביים שטעפינעשטער רבי'ן זי"עה.
ה. תחת אחת השיחים הוסיף רבינו שליט"א: רבי אליעזר חיים האט אויך געהאט א אינגערע ברודער, רבי הערשעלע, וואס איז אויפגעוואקסן אין סאדיגורא, אבער איך ווייס נישט פונקטליך וואו אין סאדיגורא, צי ביים רבי'ן אליין צי אין דעם הויף. כ'האב אמאל געזען אין אלטע רוזשינער כתבים וואו מ'ברענגט נאך: "איך האב געהערט בשם הרה"ח בנש"ק רבי צבי ראבינאוויטש", און דאס מיינט אים. ער ברענגט זאכן וואס ער האט געהערט פונעם סאדיגורער רבי'ן.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: די אמאליגע רבי'ס פלעגן גיין אזוי. ס'איז דא א בילד פונעם צמח צדיק
רבינו שליט"א: רבי אליעזר חיים זי"ע שרייבט אין זיינע כתבים אז ווען ער איז געווען אכצן יאר אלט האט אים דער שטעפינעשטער חתונה געמאכט, און ער שרייבט אז ער האט אים געגעבן סמיכה צו זיין א רבי און אים געהייסן צוריקפארן קיין יאמפאלי, עיר אבותיו, און דארט פראווענען ראביסטעווע.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: יא. דער באיאנער (פחד יצחק) איז נסתלק געווארן תרע"ז, און ער האט נאך געוואוינט אין באיאן אפאר יאר. אלע האבן דאך געוואוינט דארט. דער טשערנאוויצער איז געפארן תיכף. בשנת תרע"ח איז ער שוין געפארן קיין טשערנאוויץ. שפעטער האבן זיך אלע אריבערגעצויגן צובילסעך איש על דגלו.
מיין שווער זצ"ל האט מיר דערציילט וועגן דעם הוסיאטינער רבי'ן, ווען ער איז געווען אין וויען, אז ווען ער פלעגט גיין אין מקוה, האט דער גבאי נישט געלאזט קיינעם צוגיין צו אים. די אידן אין וויען האבן נישט פארשטאנען צו די רעבישע; זיי פלעגן צוגיין צו אים אויפן גאס... אבער דער גבאי האט נישט געלאזט קיינעם צוגיין, נאר מ'האט געדארפט קומען צו אים אין שטוב.
ביז תרפ"ב האט מען בכלל נישט געקענט פארן קיין גאליציע, ס'איז דעמאלט געווארן א נייע מדינה, ס'איז געווען א גאנצע איבערקערעניש. תרפ"ב האט מען אנגעהויבן צו קענען פארן. ס'איז אויך געווען שווער צו באקומען די פאס, ווען ס'איז געווארן רומעניע. ביז דעמאלט איז אלעס געווען עסטרייך, און דעפאר זענען אלע אנטלאפן קיין וויען. אבער ווען ס'איז געווארן רומעניע, האט זיך אנגעהויבן פראבלעמען.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: אה! די 'הוסיאטינער חסידים'... איר האט שוין מסתם נישט געקענט יענע סארט מענטשן. אין אמעריקע זענען שוין נישט געווען די ריכטיגע, די שארפע חסידים...
ט. הרה"ק רבי יצחק מבאיאן זצ"ל בעל פחד יצחק נולד לאביו הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זי"ע בן הרה"ק מרוזין זי"ע וחתן הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע. ה'פחד יצחק' היה לו ארבעה בנים: בנו הגדול הרה"ק רבי מנחם נחום זצ"ל היה ממלא מקומו בעיר טשערנאוויץ. בנו הרה"ק רבי ישראל זצ"ל בלייפציג, הרה"ק רבי אברהם יעקב זצ"ל בלעמבערג, והרה"ק רבי מרדכי שלמה זצ"ל בניו יורק.
די הוסיאטינער חסידים זענען געווען 'שארף שבשארף'! אין רוזין זעלבסט זענען נישט געווען קיין גלייכן צו זיי. די שארפקייט פון די הוסיאטינער חסידים, און פון די גבאים דארט, "דאס איז געווען א חברה"...
רבינו שליט"א: דער באיאנער רבי זצ"ל איז אויך געבליבן אין וויען?
איך בין געווען ביי אים עטליכע מאל. ער האט מיטגעמאכט מיט די 'קאנטוניסטן', ער האט דערציילט פארשידענע אינטערסאנטע זאכן. ער האט מיר אויך דערציילט אז ר' אהר'לע באיאנער ז"ל איז נפטר געווארן אין זיינע הענט.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: יא, ער איז נאך אסאך שפעטער געבליבן. דער 'ניו יורקער' איז געפארן תרפ"ו צו פז'. כ'האב געזען אן אויסשניט פון א צייטונג, ס'שטייט אז דער בעלזער רב רבי יששכר בער זי"ע איז אוועק (כב' חשון תרפ"ז) און אז דער 'באיאנער רבי' איז געפארן קיין אמעריקא.
עכ"פ, האט ער מיר דערציילט, אז אמאל איז געווען א חסידישע פאברענג אין איינעמ'ס הויז, און מ'האט ארומגעשמועסט פון דעם רבי'ן און יענעם רבי'ן. אין
רבינו שליט"א: דער זיידע ז"ל האט געהאט א ברודער הרה"צ ר' ישראל'טשע קעשינובער זצ"ל, ער איז געווען אן איידעם אין רוזין.
האדמו"ר מטאלנא: רבי זושא'לעס איידעם'?
האדמו"ר מקאפיטשניץ: יא. דער זיידע ז"ל האט מיר דערציילט אז די חתונה איז געווען אין פאדלוי, רומעניע און דארט האט ער צום ערשטן מאל געזען אלע רוזשינער רבי'ס. און דער זיידע ז"ל האט דערציילט, אז ער האט דעמאלט געזען דעם אלטן שטעפינעשטער הרה"ק רבי מנחם נחום זצ"ל, וואס ער איז אויך געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי מרדכי זוסיא זי"ע. דער זיידע ז"ל פלעגט באוואונדערן, אז אפילו ער איז שוין געווען א זקן, איז ער געזעצן איבער אכט שעה אויף איין פלאץ און זיך נישט גערירט. ער איז געווען אינגאנצן פארטראכט. געווענליך אן עלטערע מענטש דארף מאכן א קרעכץ, ארויסגיין לצורך וכדו', אבער ער איז דארט געזעצן אויף איין פלאץ אינגאנצן פארטראכט, ער האט זיך פארגלייזט די אויגן, און ער איז געזעסן בדביקות פאר אכט שעה, ער האט זיך פארמוח'ט, ער איז ערגעץ אוועקגעפארן"...
האדמו"ר מקאפיטשניץ: כ'האב געהערט אין אמעריקע פון כ"ק דער זאליטשיקער רבי'ן זצ"ל,
י. כ"ק האדמו"ר רבי ישראל מסקאליע-קעשינוב זצ"ל בעמח"ס ישמח ישראל בן מרן רביה"ק בעל אמרי ברוך זי"ע חתן הרה"ק ר' מרדכי זוסיא מטריסק זצ"ל חתן הרה"ק ר' יצחק מבוהוש זצ"ל. נפטר בלי זש"ק כט' אלול תשל"א.
יענעם הויז איז געווען אן אלטער איד וואס האט שוין נישט געהאט קיין כוחות, ער איז געלעגן אין בעט, און מ'האט נישט געוואוסט ווער דער איד איז. ער האט זיך צוגעהערט וואס זיי שמועסן, און אינמיטן גיבט ער א שריי אויס פון זיין געלעגער: "וואס רעדט איר עפעס פונעם רבי'ן, פונעם רבי'ן? אונז האבן געהאט א רבי'ן פאר איבער זעכציג יאר און מ'האט קיין ווארט נישט געהערט פון אים!"
האדמו"ר מטאלנא: דער אלטער הוסיאטינער האט גערעדט?
האדמו"ר מקאפיטשניץ: ער האט נישט ארויסגעזאגט קיין ווארט!... צום שטעפאנעשטער רבי'ן אז א איד איז אריין האט ער גערעדט, אבער דער הוסיאטינער רבי האט גארנישט געזאגט.
רבינו שליט"א: ער איז געווען א שטעפינעשטער חסיד?...
רבינו שליט"א: ס'איז געווען זייער אנגענעם, איך וואלט געקענט דא בלייבן די גאנצע נאכט...
האדמו"ר מקאפיטשניץ: ווי לאנג בלייבט איר דא אין ארץ ישראל?
האדמו"ר מקאפיטשניץ: יא, א שטעפינעשטע חסיד! ער איז געווען רבי פון תרכ"ט ביז תרצ"ג. אודאי אז א איד איז אריינגעקומען האט ער גערעדט. כ'האב געהערט פון אידן וואס זענען געווען ביי אים זיך פראווענען אז ער האט יא גערעדט, נאר ברבים האט ער נישט גערעדט.
רבינו שליט"א: אויף די בילעט שטייט דאנערשטאג. כ'האף אז משיח וועט שוין קומען, און מיר וועלן דא בלייבן אינגאנצן. כ'וועל שוין בעטן מ'זאל מיר נאכשיקן מיינע זאכן פון שטוב...
רבינו שליט"א: כ'האב געהערט אז ביים פראווענען פלעגט ער לייגן די האנט אויפן הארץ.
האדמו"ר מקאפיטשניץ: לחיים, מ'זאל שטענדיג קומען אויף שמחות. פועל'ט אלעס גוטס. מ'דארף א גרויסע ישועה דא און די גאנצע וועלט. כל טוב, בשורות טובות. ונפרדו לשלום.