גאר צופרידענע גריסן הערט מען ב"ה צוריק פון די צענדליגע חשוב'ע עלטערן, וועמענ'ס קינדערלעך עס שטייגן ב"ה מדי יום ביומו אין אונזער הייליגער תלמוד תורה 'קדושת אליעזר סקאליע' און די הצלחה וואס מ'זעהט ביי די קינדערלעך איז העכער אלע ערווארטונגען.
מיט קנאפע דריי יאר צוריק איז עס געווען, תיכף נאך פסח שנת תשפ"ב, ווען די טויערן פון די תלמוד תורה האבן זיך געעפענט, נאך מאסיווע בעפארברייטונגען פון פריער, אהערשטעלן דעם העכסט-געלונגענעם סטעף פון חשוב'ע מלמדים און מחנכים, און זיכער צו מאכן בעזהשי"ת אז אלעס איז צוגעשטעלט על צד היותר טוב ברוחניות וגשמיות.
מען האט זינט יענעם טאג ב"ה געעפענט 'דריי קלאסן' פון נורסערי ביז כתה א', אהערגעשטעלט מיט אלע געברויכן, מיט א פולן סטעף פון א מנהל, מלמדים, עוזרים, קריאה מומחה, טראנספארטאציע און אזוי ווייטער מיט אלע נוטיגע שטובן און צוגעהערן. קיין געלט און צייט האט מען נישט געשפארט, אלעס כדי די חשובע קינדערלעך זאלן קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת.
די ארבעט האט זיך אויסגעצאלט, און במשך די יארן האבן די קינדערלעך גאר שטארק מצליח געווען, ווי די עלטערן זעלבס זענען מעיד. די לימודים, זענען אהערגעשטעלט אויפ'ן העכסטן סטאנדארט, און די תלמידים שעפן זיך אן מיט הויפנס תורה, עבודה, יראת שמים, השקפת חיים, ערליכקייט און חסיד'ישע הנהגות.
די מלמדים און מחנכים וואס זענען אויפגענומען אין תלמוד תורה, זענען אלע שוין פילע יארן עוסק אינעם פעלד פון חינוך הבנים, און זענען אלע טיף איבערראשט פון די שטארקע כוחות וואס מען לייגט אריין אין די 'סקאליע קינדער', נאך פון די פריעסטע יוגנט יארן.
שטייענדיג ביים שוועל פון יו"ט סוכות, ווען מען גרייט זיך שוין אויף די רעגיסטראציע פאר די קומענדיגע יאהר תשפ"ז, זענען די הרגשים איבערגעפולט פון שבח והודאה לה', זעענדיג די חשובע 'נורסערי' כתה וועלכע האט זיך פארמירט פון היי יאהר תשפ"ו: טייערע קינדערלעך וועלכע ווערן אויפגעהאדעוועט אין די סאמע חשוב'סטע שטובער, בני תורה, יראים ושלמים. די אלע עלטערן, הורי המוסדות, האבן געמאכט דעם באשלוס אריינצושיקן זייערע לעכטיגע צאן קדשים אין 'סקאליע חדר', א דאנק די כסדר'דיגע גוטע גריסן וואס מען הערט פון חדר, און דעם כתר שם טוב וואס די 'סקאליע ת"ת' האט זיך ערווארבן.
אצינד, אריינטרעטענדיג אינעם נייעם יאהר שנת תשפ"ז, טוט הנהלת המוסדות אפגעבן א שבח והודאה לה' על העבר און א בקשה על העתיד, עד הנה עזרונו רחמיך ואל תטשנו לנצח, מיר זאלן ווייטער קענען מחנך זיין די טייערע קינדערלעך אויף דעם הייליגן אויסגעטראטענעם דרך הסלולה פון רבותינו הקדושים בלי שום שינוי כל שהוא, תחת נשיאתו הדרכתו והכוונתו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.