Skip to content
אמרי מנחם

דיבורים וסיפורים - ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הרה"ק רבי ישראל בהרה"ק ר' שבתי זי"ע - עבודת ישראל מקאזניץ
ערב סוכות תקע"ה

דאס אהבת ישראל פון זיינס א תלמיד

דער קאזניצער מגיד זצ"ל האט געהאט א תלמיד ר' פנחס גניוויש ז"ל. האבן אמאל די רעגירונג געכאפט עטליכע אידן צו דער ארבעט, און דער ר' פנחס איז אויך געווען צווישן זיי. איז מען געקומען צו לויפן צום קאזניצער מגיד אז מען האט געכאפט ר' פנחס'ן. און דער קאזניצער מגיד האט דעמאלט געהאלטן אינמיטן טרינקען א קאווע. האט דער קאזניצער מגיד געווארט און נישט געטרינקען די קאווע. עס איז אריבער א פָאר מינוט קומט מען זאגן פארן מגיד: "זיי לאזן שוין ארויס ר' פנחס'ן, אבער ער זאגט אז ער וויל נישט ארויסגיין ביז ווילאנג מען באפרייט אלע אידן וואס מען האט געכאפט". האט דער קאזניצער מגיד געווארט נאך א שטיק צייט, ביז מען איז אים געקומען זאגן, אז מען האט טאקע ארויסגעלאזט אלע אידן וואס זענען געווען מיט אים. ערשט דעמאלט האט דער קאזניצער מגיד אנגעהויבן טרינקען די קאווע זאגנדיג: "צוליב ר' פנחס'ן איז מיר די קאווע קאלט געווארן".

ווי קען מען רעדן אויפן זיידן פון רבי'ן פון לובלין...

מען דערציילט נאך, אז פרשת קרח האט דער קאזניצער מגיד זצ"ל געזאגט אזוי: "זאגן גוטס אויף קרח – קען מען דאך נישט, ווייל ער האט דאך געקריגט אויף משה רבינו. ווייטער, זאגן שלעכטס אויף קרח – קען מען אויך נישט, ווייל ער איז דאך געווען דער זיידע פונעם רבי'ן פון לובלין... ווייל עס איז ידוע אז דער חוזה פון לובלין האט אמאל געזאגט: "דער הייליגער זיידע קרח...".

דאס איז דאך נאר א מעשה וואס מען דערציילט, נו, וואלט מען געקענט מיינען אדער איז עס אמת אדער נישט, איז אבער אינטערעסאנט, אז אין 'עבודת ישראל' איז טאקע נישטא קיין תורה אויף פרשת קרח.

נישט מפסיק געווען פון דביקות אפילו פאר אליהו און רבי שמעון

דער מאגלניצער זצ"ל איז געווען אן אייניקל פונעם קאזניצער מגיד און ער איז געווארן אויפגעצויגן ביים זיידן. האט ער אמאל געזען אויפדערנאכט ווי עס קומען אריין צוויי אידן צום קאזניצער מגיד, און דער קאזניצער מגיד האט ווייטער געלערנט און זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי. אינדערפרי האט ער געפרעגט דעם זיידן: "ווער זענען געווען דא די צוויי אידן ביינאכט?". האט ער אים געענטפערט: "דאס זענען געווען אליהו הנביא און רבי שמעון בר יוחאי". האט ער אים געפרעגט: "נו, פארוואס האסטו זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי?". זאגט ער אים: "עס איז נישט כדאי מפסיק צו זיין פון דביקות בה' קיין איין מינוט".

לכאורה קען מען פרעגן, די מלאכים זענען דאך געקומען צו אברהם אבינו בשעת ווען דער אייבערשטער איז דארט געווען; ווי עס שטייט "וירא אליו ה' באלוני ממרא", נו, איז דאך נישטא קיין גרעסערע דביקות פון דעם, און פונדעסטוועגן האט אברהם אבינו מפסיק געווען פונעם דביקות אויפצונעמען די מלאכים – וואס פון דארט לערנט מען ארויס, אז 'גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה', און פארוואס האט דער קאזניצער מגיד נישט מפסיק געווען?

נאר עס קען זיין, אז דארט זענען די מלאכים געקומען אין א צורה פון מענטשן וועלכע עסן און טרינקען, דעריבער האט זיי אברהם אבינו מכניס אורח געווען, אבער דא זענען זיי נישט געקומען עסן, נאר ווי מלאכים, און פאר מלאכים איז מען נישט מפסיק פון דביקות.

א הסתכלות אויפן צדיק

דער רבי ר' מענדעלע רימנובער זצ"ל האט אמאל געגעבן א זאג: "דער וואס קען נישט דעם קאזניצער מגיד – וועט נישט זוכה זיין צו זען פני משיח". ווי דער בני יששכר האט דאס געהערט, איז ער באלד אהינגעפארן. ווי ער איז אנגעקומען איז געשטאנען א גרויסער עולם ארום. האט זיך דער בני יששכר געגעבן א שטעל אויף אויפן בענקל צו כאפן א בליק אויפן מגיד, ווי דער קאזניצער מגיד האט אים באמערקט, האט ער זיך אנגערופן ברוח קדשו: "בראיה בעלמא קני".

הרה"ק ר' חנה הלברשטאם בהרה"ק ר' מנחם מענדל זי"ע הי"ד מקאלאשיץ
ח"י תשרי תש"ג

קדוש מרחם

די פריסטיקער רביצין 'פיגא בילא', ווען זי איז געווען מעוברת מיטן קאלאשיצער רב, איז זי אריינגעגאנגען צום פאטער זיך אנוואונטשן, האט דער שינאווער רב געזאגט: "דו וועסט האבן א קינד א צדיק".

שפעטער ווען זי איז געווען מעוברת מיטן צווייטן קינד – רבי אביגדור זצ"ל, איז זי נאכאמאל אריינגעגאנגען צום פאטער, האט ער איר געזאגט: "ער זאל זיין א תלמיד חכם און א ירא שמים". האט זי געזאגט: "זאל מיר דער טאטע זאגן אזויווי ביי חנה'לען". האט ער איר געזאגט: "ביי חנה'לע האט מען מיר געוויזן אזוי בּולט (קלאר) ווי מיט צוויי לעכט".

רוח ה' דבר בו

די צדיקת פיגא בילא איז אמאל געווען ביים בעלזער רב רבי ישכר דוב זצ"ל, און עס איז דעמאלט געווען נאכן ערשטן קריג, וואס האט נעבעך געברענגט א גרויסע ירידה אין אידישקייט. האט דער בעלזער רב איר געפרעגט: "נו, אייער זון איז דאך יעצט געווארן רבי, און אז מען ווערט רבי פלאפלט (רעדט) מען דאך מיט רוח הקודש, וואס זאגט ער?...".

אביו ואמו תיראו...

די מאמע עליה השלום האט מיר דערציילט, זי איז דארטן געשטאנען בשעת מעשה, אז עס איז אמאל אנגעקומען צו אים א 'פאסט קארטל' פון איינע פון זיינע קינדער, און דארט אין ריישא האט זיך דעמאלט געפונען די פריסטיקער רביצין דער מוטער פון קאלאשיצער רב, האט מען איר געגעבן צו לייענען קודם דאס קארטל, און דער קאלאשיצער רב איז געשטאנען און געווארט אז זי זאל ענדיגן לייענען. ווען די מוטער האט געענדיגט, האט ער איבערגענומען פון איר דאס קארטל. אבער אזוי אוועקנעמענדיג דאס קארטל, האט זיך אים געדוכט אז זי האט נאכנישט געהאט געענדיגט, איז ער געשטאנען און זיך געבעטן: "מאמע, מאמע, איך האב עס גענומען און דו ביסט נאכנישט געווען פארטיג, מאמע זיי מיר מוחל! מאמע איך וועל שוין נישט! איך האב נישט געוואלט!".

פלאי פלאות וואס הייסט יראת שמים. א רבן של ישראל, שוין אלט געווען עטליכע אין פופציג יאר, איז געשטאנען און געציטערט ווער ווייסט צי ער האט נישט עובר געווען אויף דעם 'תיראו', אדער אויף דעם 'כיבוד', איז ער ארויס פון די כלים! דאס זענען געווען צדיקי אמת, ווען עס איז געקומען צו 'יראת שמים' איז דאס התבטלות געווען אָן א שיעור! עס איז געווען א פחד וואס מען האט זיך פארלוירן אינגאנצן!

אויסגעלערנט צו ליינען א קוויטל

דער גארליצער רב איז אמאל געלעגן אין בעט, און דער קאלאשיצער רב איז געזעסן אינדרויסן אין א שטיבל און געלערנט. איז אריינגעקומען א אידענע מיט א קוויטל צום גארליצער רב. האט ער אריינגערופן דעם קאלאשיצער רב און געזאגט: "ליין דאס קוויטל!". און בשעת מעשה האט ער אים אנגעוויזן וויאזוי מען ליינט א קוויטל: "דו זעסט? מען קומט אָן דא – וואונטשט מען!".

שפעטער האט דער קאלאשיצער רב געזאגט: "פון דעמאלט אָן קען איך ליינען א קוויטל!".

זיין התלהבות ביים זיך פאָרקוקן די מגילה

אמאל פאַר פורים האט זיך דער קאלאשיצער רב געוואלט פאָרקוקן די מגילה, האט ער געבעטן פון ר' יושע'לע פשעמיש אז ער זאל אים אויסהערן, אז אויב ער מאכט א גרייז זאל ער אים פאררעכטן.

האט ער שפעטער דערציילט: "בשעת'ן זיך פאָרקוקן, האט ער געשפרינגען פון התלהבות ווי גלייך ער ליינט שוין די מגילה ברבים...".

עס האט געברענט א קעסל פיר און צוואנציג שעה.

געקאכט אין דביקות א גאנצע נאכט

ר' יושע'לע פשעמיש האט אמאל געוואלט זען זיין עבודה פון ביינאכט, איז ער געקומען צום רב און געזאגט, אז ער האט נישט וואו צו שלאפן ביינאכט... נו, פארשטייט זיך, דער קאלאשיצער רב האט אים אריינגענומען צו זיך.

דער ר' יושע'לע האט זיך געמאכט כאילו ער שלאפט שוין, אבער ער איז געבליבן וואַך און זיך צוגעהערט. האט ער געהערט ווי דער קאלאשיצער רב זעצט זיך לערנען משניות א לענגערע צייט. דערנאך האט ער זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען צו דער מזוזה און געליינט קריאת שמע, וואס דאס איז געווען אן עבודה פאר זיך און האט אויך געדויערט א לענגערע צייט. דערנאך האט ער זיך ענדליך געלייגט אין בעט. עס גייט דורך א פָּאר מינוט, גיבט ער זיך א צושריי: "לית אתר פנוי מיניה, לית מחשבה תפיסא ביה כלל".

שוין, דער ר' יושע'לע האט שוין געהאט גענוג... האט ער שוין געוואלט ארויסגיין פון דארט און גיין ערגעץ שלאפן. האט ער צואגעווארט א שטיק צייט, ביז ער האט געזען אז דער קאלאשיצער רב איז שוין שטיל, האט ער געמיינט אז דער רב שלאפט שוין, האט ער זיך געגעבן א הייב אויף. און קיין נעגל וואסער האט ער זיך דאך נישט געדארפט וואשן, ווייל ער איז דאך גארנישט געשלאפן. אבער ווי נאר ער גיבט א טרעט אראפ אויף דער ערד, גיבט זיך דער רב א רוף אן: "יושע'לע, האסט געוואשן נעגל וואסער?...".

זיין קריאת התורה ענדלט צום שינאווער רב

דער קאלאשיצער רב פלעגט ליינען יעדן שבת, און דאס איז געווען א קריאת התורה מיט קולי קולות. איז אמאל דארט געזעסן זיין פאטער דער פריסטיקער רב זצ"ל און דער נאסוידער רב זצ"ל און אויסגעהערט דאס ליינען. רופט זיך אן דער פריסטיקער רב צום נאסוידער רב: "ער ליינט פונקט ווי דער שווער (דער שינאווער רב)".

אז מען ליינט פונקט ווי דער שינאווער רב, מוז מען זיין א שינאווער רב, ווייל אז נישט – ווי קען מען ליינען אזויווי אים?...

נאר איין גראשן...

דער קאלאשיצער רב האט אמאל בטעות גערופן א רב ביים נאמען. האט ער געזאגט בדרך צחות: "איך מוז געבן א גראשן קנס פאר רבי מאיר בעל הנס, אז איך האב גערופן א רב ביים נאמען".

דער ציעשנובער רב האט אים אנגעוויזן א רבי'ן אויף אחר הסתלקותו

ווען דער ציעשנובער רב זצ"ל האט חתונה געמאכט זיין זון רבי לייבוש טאמאשובער – איז זיך צוזאמגעקומען גאנץ בית צאנז אויף דער חתונה און אויף שבת שבע ברכות. דער רבי משה'לע שינאווער זצ"ל האט געליינט, און ווען דער קאלאשיצער רב האט עולה געווען – האט רבי משה'לע אויסגעלאזט: "ואם באחת יתקעו ונועדו אליך הנשיאים ראשי אלפי ישראל", דאס איז געווען א 'סמיכה' פארן קאלאשיצער רב צו זיין א רבי, און דער עולם האט זיך אנגערופן 'מזל טוב'...

שפעטער נאכן דאווענען האט זיך דער ציעשנובער רב אנגעלענט אין זיין צימער אויף א קאנאפע, און דער רבי איציקל איז געשטאנען נעבן אים. אינמיטן איז דער קאלאשיצער רב אריינגעקומען אינעם צימער – האט זיך דער ציעשנובער רב אנגערופן: "ואם באחת יתקעו ונועדו אליך הנשיאים ראשי אלפי ישראל". האט רבי איציקל פארשטאנען אז דער רב זאגט עס אים בכונה, האט ער זיך אינזין געהאט, אז לאחר מאה ועשרים שנה פונעם ציעשנובער רב – וועט ער פארן צום קאלאשיצער רב!

א צושריי פון התלהבות

דער טאטע זצ"ל איז געווען ביים קאלאשיצער רב ביי די חנוכה לעכט, און דער קאלאשיצער רב איז אזוי געזעסן און זיך געשאקלט מיט א התהלבות. מיטאמאל גיבט זיך דער קאלאשיצער רב א צושריי: "געוואלד". אבער ער האט זיך גלייך געגעבן א כאפ צוריק, און ער האט דאס געוואלט פארוואסערן... גיבט ער זיך א דריי אויס צום טאטן: "ווען גייט אייער צוג (באן) צוריק קיין לאנצהוט?"...

ביי די חנוכה לעכט פלעגט ער לערנען זרע קודש, און ער פלעגט זאגן: "בשעת איך לערן זרע קודש, זאלן די יונגלעך דא ארומלויפן".

עירוב פרשיות שנו כאן

אינדערהיים אין לאנצוט, איז געווען דארט בעלזער חסידים וואס זיי האבן געהאט א קאסע וואס האט געהייסן 'אלה מסעי', וואס זיי האבן געשלעפט בחורים קיין בעלז און באצאלט געלט. האבן זיי גענומען מיין ברודער ר' שמואל חיים זצ"ל און געשלעפט קיין בעלז.

ווי דער קאלאשיצער רב האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: "אינ'אמת'ן איז אנגעשריבן פאר יעדן רבי'ן וויפיל חסידים ער זאל האבן, און אויף דעם סכום קען מען נישט מוסיף זיין, נאר וואס טוט דער בעל דבר? ער טוישט אויס! אז א חסיד וואס זיין רבי קען אים א טובה טון – פארט צו אן אנדערן רבי'ן!".

זכר לדבר איכא

ברוב ענותנותו האט ער אמאל געזאגט פסח ביים סדר: "מען לייגט ארויף אויפן טיש א 'זרוע' וואס איז א זֵכר צום קרבן פסח, אן 'איי' וואס איז א זכר צו דעם קרבן חגיגה, און 'כורך' וואס איז א זכר צו דעם וואס הִלל האט געגעסן דעם קרבן פסח. און איך זאג, אז אויך א 'רבי' וועלכן מען שטעלט היינט אויף, איז א זֵכר צו א רבי פון אמאל. עס איז אמאל געווען א צאנזער רב און א שינאווער רב, און היינט נעמט מען א איד און מען זעצט אים אוועק אויבן אָן אלס זכר צו צאנז און שינאווע...".

שבועות ביים קאלאשיצער רב

איך געדענק דעם יום טוב שבועות ביים קאלאשיצער רב זכרונו לברכה. איי, איז דאס געווען א יום טוב... עס איז געווען א גרויס געפארעכץ, און דאס זענען געווען אזעלכע אידן, ממש 'מסלתה ומשמנה' פון צאנזער און שינאווער חסידים. פיר הונדערט אידן האט געהייסן א גרויס געפארעכץ.

דאס ליינען איז געווען מיט 'קולות וברקים', אינמיטן ליינען פלעגט ער זיך מערערע מאל צוברומען מיט אזא תנועה פון התלהבות, ווי איינער וואס קען זיך נישט איינהאלטן דעם ברען וואס קאכט און פלאקערט אינעווייניג.

כבוד הבריות

דער קאלאשיצער רב האט געהאט אסאך חסידים פון אונגארן. ביים טיש האט ער געזאגט: "ברענגט אריין גאָפּל פאר די אונגארישע אידן, ווייל זיי זענען געוואוינט צו עסן מיט א גאפל".

פארמאכן די גמרא און גיין נאך געלט

דער קאלאשיצער רב איז אמאל אריינגעקומען אין בית המדרש און געזען ווי א יונגערמאן זיצט און לערנט, האט ער אים געזאגט: "הער מיך צו, דו זיצט און לערנסט, אבער אויב וועט צוקומען צו דיר אן ארימאן אז ער דארף געלט, זאלסטו פארמאכן די גמרא און אים גיין שאפן געלט!".

אין אהבת ישראל קען מען זיך נישט נארן

דער קאלאשיצער רב האט געזאגט: "אהבת ישראל איז אַ טערמומעטער, אויף אהבת ה'!".

דאס הייסט, עס קען אמאל זיין א מענטש, וואס ווען ער זאגט "ואהבת את ה' אלקיך", וועט ער זיך צוקאכן געוואלדיג, אבער ווער ווייסט צי ער נארט זיך נישט? וועט מען אים פרעגן: "זאג נאר, דו האסט עפעס ליב א איד? עס גייט דיר עפעס אָן וואס יענער איד טוט און וויאזוי עס גייט אים? און דאס מיינט מען נישט דעם גביר צו דער ראש הקהל וואס זיצט אויבן אָן... נאר דעם ארחי פרחי וואס זיצט אונטערן אויוון און איז נישט אנגעטון מיט קיין פרישע בגדים, וכדומה, אזויפיל האסטו ליב דעם אייבערשטן!".

אין איין מינוט וועט לעכטיג ווערן

דער הייליגער קאלאשיצער רב זכרונו לברכה האט אמאל געזאגט: "א איד דארף זיך ארויסלערנען פון די 'אחי יוסף': בנימין איז געזעסן אין תפיסה, יעקב איז געווען בצער, יהודה האט ביידע וועלטן זיך איינגעשטעלט, און עס איז געווען א מצב רחמנא ליצלן! וואס איז געווארן? – זאגט ער – מיט איין ווארט: "אני יוסף" – איז געווארן לעכטיג אין אלע עולמות! עס איז געווארן צוריק לעכטיג! זאגט ער: "דארף מען זיך ארויסלערנען, אז א פינסטערניש קען ווערן אין איין מינוט לעכטיג!".

מהראוי לציין כי רבינו זי"ע צוה לכתוב על מצבתו "היה בחג השבועות בקאלאשיץ". וכנראה, שבאותו שבועות קיבל התעוררות מיוחדת שליווה אותו לכל ימי חייו.

עושר בלייבט עושר!

דער קאלאשיצער רב זצ"ל האט אמאל ביים בינדן די הושענות דערציילט א מעשה, וואס דער צאנזער רב זי"ע פלעגט דערציילן ביים בינדן די הושענות, וואס דער ראפשיצער רב פלעגט דערציילן:

עס איז אמאל געווען א איד א גביר וועלכער האט געוואוינט אין דארף, און דארט האט ער געהאט א בית המדרש און א מקוה, און א כולל פון צען אידן וואס זענען געזעסן און געלערנט און ער האט זיי אויסגעהאלטן מיט זייערע משפחות.

מיטאמאל האט מען אנגעהויבן זען ווי ער קומט אריין אין שטאט אין דער מקוה, האט מען אנגעהויבן צו שמועסן אויף אים: "ווער ווייסט, מן הסתם האט ער שוין נישט קיין געלט צו ווארעמען זיין אייגענע מקוה". שפעטער האבן די כולל אינגעלייט זיך אנגעהויבן באווייזן אין שטאט, און מען האט געשמועסט: "זעט אויס, אז ער האט שוין נישט קיין געלט צו באצאלן פאר די יונגעלייט".

און דער גביר איז געווארן א בעל חוב, און ער האט געהאט א גאנצן בוך פון חובות וועמען ער קומט אלץ. האט דער גביר ארויסגענומען דעם בוך מיט חובות און אנגעהויבן זען: "איך קום פאר דעם און פאר יענעם, וואס טוט מען דא?". האט ער זיך מיישב געווען: "עה, עושר בלייבט עושר", מען גייט צוריק אין דארף, און עס וועט זיין בשפע! ווייל "עושר בלייבט עושר".

נאכן דערציילן די מעשה האט דער קאלאשיצער רב אויסגעפירט: "הלואי זאל איך פארשטיין די כונה פון די מעשה". ומי יבין בסוד קדושים.

בפשטות מיינט מען, ווי ווייט א איד קען גיין מיט בטחון, אז ער זאל זיין זיכער אז אויב דער אייבערשטער האט אים געגעבן עשירות ביז יעצט, וועט ער עס קענען ווייטער ממשיך זיין מיטן מדת הבטחון.

מכבדה יותר מגופו

דער קאלאשיצער רב האט אמאל געדארפט פארן ערגעץ צוזאמען מיט זיין רביצין. ווען דער וואגן איז אנגעקומען, איז דער קאלאשיצער רב קודם צוגעגאנגען צום באנק וואו די רביצין וועט זיצן, און עס אונטערזוכט צי עס איז גענוג ווייך. און דערביי האט ער זיך אנגערופן: "זאלן זיך די יושבים לערנען וויאזוי מען דארף מכבד זיין א ווייב".

די תקיעת שופר דרשה

דער קאלאשיצער רב זי"ע האט אמאל געזאגט פאר תקיעת שופר איין ווארט: "מיט אהבת ישראל קען מען גיין הויך, הויך, הויך עד אין סוף!", דאס איז געווען די גאנצע דרשה.

אוועקגעגעבן דאס גאנצע געלט פאר רבי'ן ר' אלימלך'ס אן אייניקל

דער קאלאשיצער רב איז געווען אן עני ואביון, אבער ער האט געהאט אן אפענע שטוב וואו אידן פלעגן קומען עסן און טרינקען. און ער פלעגט פארן נאך געלט אויף הוצאות הבית. איז אמאל געווען וואס די רביצין האט זיך געהאט אנגעבארגט ביים געוועלב – פאר די שטוב, אז אידן זאלן האבן וואס צו עסן, און זי האט שוין געווארט אז דער רב זאל אהיימקומען מיט געלט, און מען זאל קענען באצאלן דעם חוב. ווי דער קאלאשיצער רב איז אהיימגעקומען, זאגט זי: "זאג נאר, מען דארף געלט צו באצאלן פארן געוועלב". זאגט ער: "אה, וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז געקומען א איד דעם רבי'ן ר' אלימלך'ס אן אייניקל, אז ער דארף חתונה מאכן, האב איך אים אוועקגעגעבן דאס גאנצע געלט...".

געזען דעם ביטערן קריג אין די חנוכה לעכט

די לעצטע חנוכה פון פארן קריג (תרצ"ט לפ"ק), האט דער קאלאשיצער רב זצ"ל זיך געשאקלט און שטארק אריינגעקוקט אין די לעכט, און ער איז געווארן בלאסער און בלאסער, ביז ער האט גע'חלש'ט. ער האט געזען אלץ וואס דא קומט נעבעך.

זיך אויסגעבעטן צו גיין על קידוש ה'

רבי שמואל גארטנהויז ע"ה האט דערציילט, אז ער איז אמאל געקומען קיין ליזענסק צום ציון פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זצ"ל. האט ער געטראפן ווי דער קאלאשיצער רב ליגט דארט אויסגעשפרייט אויפן ציון און ער בעט זיך בכל כוחו, אז ער זאל זוכה זיין אומצוקומען אויף קידוש ה'!

עס האט מיר דאהי דערציילט א איד וואס איז געווען מיטן קאלאשיצער רב אין די תפיסה אין יאסלא, עס איז געקומען סוכות, און אודאי האט מען דאך גארנישט געהאט, האט זיך דער קאלאשיצער רב אנגערופן צו די אידן אין די תפיסה "לאמיר לערנען משניות סוכה" און ער האט פארגעלענט פון אויסענווייניג. דער איד האט מיר געזאגט אז ער האט פארגעלערנט מיט אזא שמחה, אז דער עולם איז געשטאנען פארגאפט און נישט פארשטאנען ולשמחה מה זו עושה!

עס איז באקאנט די ווערטער וואס ער האט געזאגט ערב שבת צו זיין זון רבי דוד ליבוש – נאכדעם וואס מען האט אומגעברענגט זייערע ווייבער אין פריסטיק: "גרייט צו דעם שבת, וועלן מיר דינען דעם אייבערשטען אזויווי מלאכים, מלאכים און שרפים האבן אויך נישט קיין ווייבער און קיין קינדער".

דאס איז מדרגות למעלה מהשגותינו.

More in this printout

View the whole printout