להקפות
א) עס ווערט געברענגט אין נאמען פונעם ערשטן בעלזער רב, דער שר שלום זכותו יגן עלינו, אז ער האט געזאגט: "די מעלות און די גרויסקייט פון די ריקודים און הקפות עד היכן הדברים מגיעים - ווייסט ער נישט, אבער דאס קען ער יא זאגן, אז דאס איז מעלה אלע תפילות פון א גאנץ יאר - וואס האבן נישט געהאט קיין עליה". לכאורה, וואס איז דער שייכות פון די ריקודים צום ענין פון 'עליית התפלות'?
ב) עס שטייט (תהלים פד, ג): "לִבִּי וּבְשָׂרִי יְרַנְנוּ אֶל אֵ-ל חָי". לכאורה, וואס איז דער חילוק צווישן 'לבי' און 'בשרי', עס איז דאך היינו הך?
ג) דער אמרי נועם (לשמע"ת אות כדיד) זאגט, אז שמיני עצרת איז שוין א בחינה פון תיקון העתיד. ער זאגט גרויסע בחינות, אבער מען דארף עס אביסל מקרב זיין אל השכל לויט אונזער פשוט'ע מדרגה?
שמיני עצרת נעמט מען אוועק דעם 'לב האבן' וועלכע שטערט פון עבודת ה'
נאר עס קען אפשר זיין אזוי. עס שטייט (יחזקאל לו, כו): "וַהֲסִרֹתִי אֶת לֵב הָאֶבֶן מִבְּשַׂרְכֶם וְנָתַתִּי לָכֶם לֵב בָּשָׂר" - דער אייבערשטער זאגט צו, אז לעתיד וועלן אידן האבן א 'לב בשר' אנשטאט דעם 'לב האבן'. דאס הייסט, אז לעתיד וועט נישט זיין קיין יצר הרע - וועלכער ווערט אנגערופן 'אבן נגף', און ממילא וועט דאס הארץ זיין אינגאנצן צום אייבערשטן! עס וועט נישט זיין קיין שום עיכוב פון צו דינען דעם אייבערשטן. און דאס קען זיין די כונה פונעם אמרי נועם, אז אין שמיני עצרת באקומט יעדער איד א 'לב בשר' אָן די אלע עיכובים פונעם יצר הרע.
דורכן 'ירננו' – טאנצן פארן אייבערשטן – באקומט מען 'לבי ובשרי' - א 'לב בשר'
מיט דעם קען מען טייטשן דעם פסוק: "לִבִּי וּבְשָׂרִי" - ווען קען מען זוכה זיין, אז דער 'לב' זאל זיין פון 'בשר' און נישט פון 'אבן'? דאס קען מען זוכה זיין אינעם טאג ווען די גאנצע מצוה איז "יְרַנְנוּ אֶל אֵ-ל חָי" - זיך צו פרייען, צו זינגען און צו טאנצן פארן לעבעדיגן באשעפער, וואס דאס איז דאך דער מנהג פון שמיני עצרת און שמחת תורה, דעמאלט קען מען זוכה זיין אז דאס הארץ זאל ווערן א 'לב בשר' ווי לעתיד.
היינט אין גלות מוז זיין א תערובת פון 'מחשבות זרות' ביים דאווענען אפילו ביי צדיקים
דער נועם אלימלך זאגט (פרשת אחרי ד"ה בזאת"י), אז ווילאנג מיר זענען אין גלות מוז מען געבן עפעס א יניקה פאר יענע חברה, און דערפאר קענען נישט די תפלות פון צדיקים זיין אינגאנצן ריין פון מחשבות זרות. און נאר לעתיד ווען עס וועט זיין 'כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ', דעמאלט וועלן די תפלות זיין אינגאנצן ריין.
שמיני עצרת קען מען יא דאווענען א ריינע דאווענען
קומט דאך אויס, אז לויטן אמרי נועם אז שמיני עצרת איז 'תיקון העתיד', און ווי מיר זאגן, אז דאס מיינט טאקע דעם ענין פון 'לב בשר', אז מען קען האבן א ריין הארץ אָן קיין שום עיכוב פונעם יצר הרע - פונקט ווי לעתיד, נו אויב אזוי, קען מען דאך יעצט דאווענען א ריינע תפלה אָן קיין מחשבה זרה!
דורכדעם קען מען מעלה זיין אלע תפלות פון א גאנץ יאר
מיט דעם פארשטייט מען דאס ווארט פון בעלזער רב, אז מיט די הקפות פון שמחת תורה קען מען מעלה זיין אלע תפלות וואס זענען נישט נתעלה געווארן א גאנץ יאר. ווייל די אלע תפלות וואס האבן נישט געהאט קיין עליה, איז דאך נאר צוליב די מחשבות זרות וואס קומט פון יענע חברה וואס לאזן נישט ארויפגיין די תפלות. אבער לעתיד וועט דאך אלעס נתעלה ווערן. ממילא, היינט שמיני עצרת ווען עס איז 'ירננו לא-ל חי', קען א איד קומען צו דער מדרגה פון 'לבי ובשרי', אז ער זאל ממש דאווענען מיט א 'לב בשר' אָן קיין מחשבות זרות, ממילא האט ער א כח מעלה צו זיין די אלע תפילות פון א גאנץ יאר.