Skip to content
אמרי מנחם

אושפיזא דאהרן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א)

דער יום טוב סוכות האט א געוואלדיגן שייכות מיט אהרן הכהן, ווייל די 'ענני הכבוד' זענען דאך געווען בזכות אהרן. דארף מען פארשטיין, סוכות איז דאך א 'זמן שמחה', וואספארא שייכות טרעפט מען ביי אהרן הכהן צום ענין פון שמחה - מער פון די אנדערע אושפיזין?

ב)

די משנה זאגט (אבות א, יב): "הוי מתלמידיו של אהרן, אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה" - אהרן הכהן איז געווען דער גרויסער 'מקרב את הבריות'. לכאורה איז א פלא, אז פונקט ביי די 'עננים' וועלכע איז געווען בזכות אהרן געפונט מען אז עס האט אויסגעשפיגן די 'ערב רב' - וואס דאס איז דאך דער 'היפוך' פון זיין מדה? נאכדערצו, אז מען זעט אז משה רבינו האט זיי מקרב געווען און ארויסגענומען פון מצרים, און אהרן וואס ער איז דער 'אוהב שלום ורודף שלום' איז זיי גאר מרחק?

ג)

עס ווערט געברענגט א מנהג פון אר"י הקדוש, אז ערב סוכות זאל מען טיילן אסאך צדקה. וואס איז דער שייכות צווישן צדקה און סוכות?

ד)

דער מדרש זאגט (במ"ר טו, ו): "דבר אל אהרן בהעלותך את הנרות זה שאמר הכתוב (תהלים לד, י) יְרָאוּ אֶת ה' קְדֹשָׁיו כִּי אֵין מַחְסוֹר לִירֵאָיו". דארף מען פארשטיין דעם שייכות צווישן דעם פסוק צו דער פרשה פון 'הדלקת הנרות'?

ה)

בכלל, דער פסוק 'יְרָאוּ אֶת ה' קְדֹשָׁיו כִּי אֵין מַחְסוֹר לִירֵאָיו' דארף א הסבר, וואס איז דער 'נתינת טעם', אז ווייל עס איז נישטא קיין חסרון ביי די 'יראיו', דערפאר זאל מען האבן יראת שמים? אויך איז שווער דער 'כִּי אֵין מַחְסוֹר לִירֵאָיו', מען זעט דאך במציאות אזויפיל ערליכע אידן וועלכע לעבן בדחקות און בעניות?

ו)

עס שטייט (ויקרא כג, מג): "לְמַעַן יִדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסְכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי". און די ספריםיא זאגן, אז אין דער סוכה איז דא א השפעה פון דעת. עי' בספה"ק זרע קודש (לסוכות) וזל"ק: "למען ידעו דורותיכם, ע"י מצות

'דעת'. דארף מען פארשטיין דעם ענין? און וואס האט דאס א שייכות מיטן 'זמן שמחתינו'?

דעת קנית – ווען הייסט עס 'דעת'? מה חסרת – ווען עס פעלט דיר גארנישט!

נאר עס קען אפשר זיין אזוי. דער מדרש זאגט (ויק"ר א, ו): "דעת קנית מה חסרת, דעת חסרת מה קנית" - טאמער האסטו 'דעת' פעלט דיר גארנישט. בפשטות קען מען לערנען פשט אין מדרש, אז דורכן 'דעת' קען מען אנקומען צו אלעס. אבער אינ'אמת'ן איז דער פשט אסאך פשוט'ער, אז דער מדרש זאגט אונז: דו ווייסט וואספארא 'דעת' הייסט א ריכטיגע 'דעת'? אזא 'דעת' וואס ברענגט דיר אריין א הרגש פון בטחון, וואס דו שפירסט ממש ביי דיר אז דו האסט אלעס! דו האסט אזא גרויסן 'דעת', אז דו ווייסט אז עס פעלט דיר גארנישט! דער אייבערשטער דערבארעמט זיך אויף דיר און ער גיבט דיר אלעס, ממילא, האסטו אלעס וואס דו דארפסט! דו ביסט אזוי צופרידן מיט אלעמען, אז דו האסט נישט קיין שום מחשבה צו וועלן אנדערש ווי דער אייבערשטער גיבט דיר! דאס איז דער ריכטיגער 'דעת קנית'.

סוכות איז א 'זמן שמחתינו' וויבאלד עס ווערט נשפע דער 'דעת'

סוכות איז דא א השפעה פון 'למען ידעו', וואס יעדער איד גייט אריין אין דער סוכה, וואו ער איז ארומגענומען מיט א 'צלא דמהימנותא', באקומט ער אזא גרויסן 'דעת' פון אמונה און בטחון - אז עס איז 'מה חסרת'! עס פעלט אים גארנישט! ער האט אלעס! און דערפאר איז דעמאלט דער 'זמן שמחתנו', ווייל ווילאנג א מענטש שפירט אז עס פעלט אים עפעס א זאך - שטערט עס שוין פון דער שמחה, נו, וויאזוי קען א איד זיין בשמחה? אלעמאל האט מען דאך עפעס וואס מען וואלט געוואלט עס זאל זיין בעסער? אבער יעצט

סוכה נמשך לאדם דעת לידע איך לעבדו יתברך שמו כמ"ש דע את אלקי אביך ועבדהו". ועי' גם בספה"ק דברי חיים (לסוכות) וזל"ק: "דעת מכונה בשם אויר של היסודות, והוא המחבר יסוד האש והמים, משום שאש חם ויבש, ומים קר ולח, ואויר ממוצע חם ולח ולכן מחבר יחד. וכן בחינת הדעת יש בו עשר, חסדים חמשה וגבורות חמש (זוה"ק נשא קמב.) ולכן "חם ולח" בגימ' "סוכה" דסוכה הוא בחינת דעת למען ידעו, והוא נקרא או[י]ר דחלל סוכה תנן, ולכן הוא בחינת הדעת".

אין סוכות, ווען מען איז זוכה צום 'השפעת הדעת', וואס דער מענטש האט אלעס וואס ער דארף, און עס פעלט אים גארנישט - יעצט קען ער קומען צו דער מדרגה פון שמחה!

אהרן איז דער 'כח הדעת' – דערפאר איז די סוכה בזכותו

מיט דעם פארשטייט מען דעם קשר צווישן אהרן הכהן און סוכות. ווייל ביי אהרן געפונט מען דעם ענין פון 'דעת'; ווי עס שטייט (מלאכי ב, ז): "כִּי שִׂפְתֵי כֹהֵן יִשְׁמְרוּ דַעַת". און דערפאר האט ער געהאט דעם כח ממשיך צו זיין דעם ענין פון 'ענני הכבוד', די בחינה פון סוכה - וועלכע איז א 'השפעת הדעת'.

דער פרוש האלט ביי 'מדת ההשתוות' – גנאי ושבח זענען אייניג ביי אים

דער חובת הלבבות (שער יחוד המעשה פ"ה) זאגט, אז מען האט געפרעגט פונעם 'פרוש' 'הַנְשְׁתַּוִיתָ' - צי ביסטו שוין אנגעקומען צו 'מדת ההשתוות', אז 'גנאי' און 'שבח' איז ביי דיר גלייך, און עס איז נישט ביי דיר קיין שום חילוק ווען איינער פארשעמט דיך אדער ווען איינער רימט דיך אויס. ווייל דאס איז די מדרגה פון א צדיק וועלכער איז אויסגעארבעט, אז 'גנאי' און 'שבח' זענען ביי אים די זעלבע, און עס איז אים נישט קיין שום נפקא מינה.

שבחו של אהרן שלא שינה – ער איז נשתנה געווארן פון 'שבח'

מיט דעם חובת הלבבות זאגט דער צמח ה' לצבי (פר' בהעלותך ד"ה בא"א ויעשיי) א פשט אינעם באקאנטן רש"י: "ויעש כן אהרן - להגיד שבחו של אהרן שלא שינה" - די תורה קומט דערציילן דעם שבח פון אהרן, אז ער האט נישט משנה געווען פונעם ציווי ה'. פרעגן אלע ספרים,

וואס איז די רבותא אז אהרן הכהן האט נישט משנה געווען פון וואס דער אייבערשטער האט געהייסן? זאגט דער צמח ה' לצבי: דער אייבערשטער האט דא געזאגט פאר אהרן: "שלך גדולה משלהם" - דיין עבודה פון הדלקת המנורה, איז חשוב'ער ווי די עבודה פון די נשיאים וועלכע האבן געברענגט קרבנות ביים חנוכת המזבח. נו, וואלט דאך אהרן געקענט ווערן נתפעל פונעם 'שבח' און דאס זאל פועל'ן עפעס א התנשאות וואס ער זאל ווערן אביסל גרויס ביי זיך. זאגט אבער רש"י: "להגיד שבחו של אהרן" - אפילו נאכדעם וואס דער אייבערשטער האט געזאגט דעם 'שבח' פון אהרן, "שלא שינה" - איז נישט געשען קיין שום 'שינוי' ביי אהרן'ען! ווייל ער האט געהאט די מדה פון 'השתוות', אז עס איז נישט געווען קיין חילוק ביי אים צי מען זאגט אים 'שבח' אדער מען זאגט אים 'גנאי'.

אויב איז ער נישט 'חסר' אז יענער זאל האלטן פון אים – ווערט ער נישט נתפעל פון 'גנאי' און 'שבח'

מען קען מקרב זיין אל השכל, פון וואו נעמט זיך טאקע ביי א מענטש אזא מדה פון 'השתוות' - אז עס זאל נישט זיין ביי אים קיין חילוק צווישן 'גנאי' און 'שבח'? נאר דאס נעמט זיך פון דער בחינה פון 'דעת קנית מה חסרת'. ווייל די סיבה פארוואס א מענטש ווערט באליידיגט פון 'גנאי' איז, ווייל עס פעלט אים עפעס! ער שפירט א 'חסרון' אז יענער זאל האלטן פון אים! און דערפאר, טאמער יענער זאגט אים קלאר אז ער האלט נישט פון אים - ווערט ער באליידיגט! אזוי אויך, די סיבה פארוואס א מענטש ווערט נתפעל ווען מען זאגט אים א 'שבח', ווייל יעצט איז 'נתמלא' געווארן זיין 'חסרון'! ער האט ביז יעצט געזוכט אז יענער זאל האלטן פון אים און אויסלויבן זיינע מעלות, און יעצט איז ענדליך ערפילט געווארן דאס וואס האט אים געפעלט! אבער דער וועלכער האט זוכה געווען צום ריכטיגן 'דעת' און עס פעלט אים גארנישט - ווערט נישט נתפעל נישט פון קיין 'גנאי' און נישט פון קיין 'שבח', ווייל עס פעלט אים בכלל נישט אויס אז יענער זאל האלטן פון אים! ער האט שוין אלעס וואס ער דארף! ער איז צופרידן וויאזוי עס איז! און אפילו מען וועט אים געבן די וועלטס כבוד, וועט עס נישט משנה זיין ביי אים, נאר ער וועט זאגן: "אויב דער אייבערשטער וויל אזוי - זאל זיין אזוי!".

די 'ערב רב' האבן דוקא זיך געוואלט אפרעדן – דערפאר האבן זיי זיך נישט געפונען קיין פלאץ אינעם 'ענן'

עס שטייט (במדבר יא, ד): "וְהָאסַפְסָף אֲשֶׁר בְּקִרְבּוֹ הִתְאַוּוּ תַּאֲוָה וַיָּשָׁבוּ וַיִּבְכּוּ גַּם בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וַיֹּאמְרוּ מִי יַאֲכְלֵנוּ בָּשָׂר" - די ערב רב האט זיך אפגערעדט אז מען האט נישט קיין פלייש צו עסן. זאגט רש"י: "מי יאכלנו בשר - וכי לא היה להם בשר והלא כבר נאמר וגם ערב רב עלה אתם וצאן ובקר וגו', אלא שמבקשים עלילה" - זיי האבן געהאט גענוג פלייש, נאר זיי האבן כסדר געזוכט זיך אפצורעדן. און אזוי זאגט רש"י אויך פריער דארט (פסוק א): "וַיְהִי הָעָם כְּמִתְאֹנְנִים - מבקשים עלילה האיך לפרוש מאחרי המקום" - די ערב רב האבן זיך א גאנצן צייט געזוכט סיבות אויף וואס זיך צו באקלאגן. קומט אויס, אז זיי זענען געווען ממש דער היפוך פון דער מדה פון אהרן - וואס ער האט אריינגעברענגט אין אידן א כח פון 'דעת קנית מה חסרת', אז עס פעלט נישט גארנישט קיינמאל, און זיי האבן אריינגעברענגט א פארקערטן כח, אז עס איז קיינמאל נישט גוט! וויפיל גוטס מען האט נאר, איז אלעמאל דא א 'חסרון' אויף וואס זיך אפצורעדן! און דערפאר פארשטייט מען פארוואס עס איז געווען 'פלטן הענן', ווייל זיי אליינס זענען ארויסגעלאפן פונעם ענן! זיי האבן נישט געקענט פארנעמען דעם 'ענן'! זיי זענען געווען אזוי פארקערט פונעם גאנצן מהות פונעם ענן, וואס האט משפיע געווען א 'השפעת הדעת', אז אלעס איז גוט און עס פעלט נישט גארנישט - אז פון זיך אליינס האבן זיי זיך נישט געטראפן דאס פלאץ דארטן, נאר זענען ארויסגעגאנגען פון דארט, כדי זיך צו קענען אפרעדן.

אין מחסור ליראיו – דער ערליכער איד האט אלעמאל 'אלעס'

מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרש: "דבר אל אהרן בהעלותך את הנרות, זה שאמר הכתוב (תהלים לד, י) יְרָאוּ אֶת ה' קְדֹשָׁיו כִּי אֵין מַחְסוֹר לִירֵאָיו". ווייל דא אין דער פרשה פון 'בהעלותך את הנרות' זעט מען דאך דעם 'מדת ההשתוות' פון אהרן הכהן, אז ער איז נישט נשתנה געווארן פונעם 'שבחו של אהרן' וואס דער אייבערשטער האט אים געזאגט, וויבאלד ער האט געהאט אלעס, און עס האט אים נישט אויסגעפעלט צו הערן קיין שבחים אויף זיך. און דערפאר האט דאס א שייכות מיטן פסוק "כִּי אֵין מַחְסוֹר לִירֵאָיו", אז צדיקים זענען אלעמאל אין דער בחינה פון 'אין מחסור', עס פעלט זיי גארנישט.

ער האט געהאט א פחד פונעם 'ומשלם לשונאיו'...

עס איז באקאנט די מעשה, אז ביי די גרויסע אוסטילא חתונה זענען זיך צוזאמגעקומען אסאך גרויסע צדיקים, און עס זענען דארט געווען זיבעציג ווייסע בעקיטשעס אויף דער חתונה, עס איז געווען א געוואלדיגער כבוד. אבער דער אפטער רב איז געזעסן איינגעשפארט ביי זיך אין צימער און מען האט געווארט אז ער זאל אריינקומען צו דער חתונה. אזויווי עס האט גענומען זייער לאנג, האט מען אריינגעשיקט דעם ראדאשיצער זצ"ל - וואס ער איז געווען א תלמיד, אז ער זאל אריינגיין זען וואס דער רבי מאכט. ווי ער איז אריינגעקומען, האט ער געזען ווי ער זיצט פאר'דאגה'ט, האט ער געזאגט: "רבי, דער עולם וואַרט". האט ער געזאגט: "איך האב מורא צי עס איז נישט קיין...(משלם לשונאיו). האט דער ראדאשיצער זיך אנגערופן: "לויט ווי דער רבי האט אונז געלערנט 'ווער' דער כביכול איז, מיינט ער נישט 'דאס'...". האט דער אפטער רב געזאגט: "אזוי? אזוי?", ער האט זיך מחיה געווען מיט דאס ווארט, און ער איז ארויסגעקומען צו דער חתונה.

דער צדיק זעט נישט קיין חסרון – דערפאר האט ער א פחד פון אזעלכע שלימות'דיגע טובות

עס קען זיין פשט אין דער מעשה, ווייל א געווענליכער מענטש ווען ער באקומט א שפע פון הימל, ווערט ער נישט צוטראגן דערפון, ווייל סיי ער האלט אז עס קומט זיך אים, און סיי ער האלט אז די טובה איז נישט בשלימות, ווייל ער זעט אלעמאל חסרונות דערין. אבער ווען דער צדיק באקומט א טובה - ווערט ער ביי זיך זייער צובראכן, ווייל סיי ער האלט אז עס קומט אים נישט, און סיי ער זעט נישט קיין שום חסרון אין דער טובה, עס איז ממש א שלימות'דיגע טובה, ממילא, שפירט ער זיך ווי דער אייבערשטער איז מטיב מיט די גרעסטע הטבה פאר אזא איינעם וועמען עס קומט זיך נישט, און ער האט גאר א פחד, צי דאס איז נישט א בחינה פון 'ומשלם לשונאיו'.

ער בארואיגט זיך אז מען האט עס געגעבן בלויז כדי משפיע צו זיין פאר אנדערע

אבער לויט דעם דארף מען פארשטיין, וויאזוי האט זיך דער אפטער רב בארואיגט מיט די ווערטער פונעם ראדושיצער? די קושיא איז דאך נישט פארענטפערט געווארן, ווייל דאס צובראכנקייט וואס ער האט געהאט אז עס קומט אים נישט - איז דאך ווייטער געבליבן?

נאר עס קען זיין, אז דער אפטער רב האט אפגעמאכט: "אין הכי נמי, עס קומט מיר נישט! אבער דער אייבערשטער גיבט עס מיר נישט חלילה 'לרעתו', נאר פארקערט, דער אייבערשטער גיבט עס מיר 'להיטיב' פאר אנדערע אידן! די גאנצע שפע קומט זיך מיר נישט, נאר איך דארף זיין דער 'בעל שמחה' און טיילן שמחה פארן עולם! איך דארף עס ווייטער משפיע זיין פאר אנדערע, און נישט נעמען גארנישט פאר מיר!". און מיט דעם האט ער זיך בארואיגט. קומט אויס, אז דוקא דורכן 'יראה' וואס דער צדיק האט פון דער טובה, ווערט גאר גרעסער די שמחה, ווייל דורכדעם איז ער משפיע שמחה פאר אלע אידן ארום.

ווייל 'אין מחסור ליראיו' דערפאר ייראו את ה' קדושיו' – האבן זיי א ייראה' און נוצן עס נישט פאר זיך

מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק: "יְרָאוּ אֶת ה' קְדֹשָׁיו כִּי אֵין מַחְסוֹר לִירֵאָיו" - די צדיקים האבן א 'יראה' פון דעם וואס עס איז 'אין מחסור ליראיו', ווייל דורכדעם וואס עס פעלט זיי גארנישט און זיי זעען שלימות אין יעדע טובה - שפירן זיי אז עס קומט זיך זיי נישט די טובה, און זיי האבן מורא דאס צו נעמען פאר זיך, נאר זיי נוצן דאס משפיע צו זיין טובות פאר אידישע קינדער. און דאס איז געווען די בחינה פון 'אהרן קדוש ה", וואס ער איז געווען 'אוהב שלום ורודף שלום', אז ער האט געזוכט נאר משפיע צו זיין די מדה פון 'דעת קנית' פאר אלע אידישע קינדער, כדי אז יעדער זאל האבן די שמחה פון די ענני הכבוד.

דער צדיק טיילט אלעס אויס פאר צדקה – צוליב דעם צובראכנקייט אז עס קומט זיך אים גארנישט

די זעלבע בחינה זאגט דער נועם אלימלך (פר' לך ד"ה ואברם") אויפן פסוק (בראשית יג, ב): "וְאַבְרָם כָּבֵד מְאֹד בַּמִּקְנֶה בַּכֶּסֶף וּבַזָּהָב", אז עס האט געארט פאר אברהם אבינו, פארוואס דער אייבערשטער האט אים משפיע געווען אזויפיל געלט, ווייל ער האט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי דערצו, און די גאנצע געלט איז געווען ביי אים א

שווערע משא. און לויט די מעשה פונעם אפטער רב קען מען זאגן, אז אברהם אבינו האט אויך מורא געהאט צי דער גאנצער השפעה פון עשירות איז נישט קיין 'משלם לשונאיו' וכדומה. און דערפאר האט ער טאקע נישט נהנה געווען פון דאס עשירות, נאר ער האט געטון דערמיט הכנסת אורחים און חסד.

ערב סוכות האט יעדער איד אזא בחינה - פון גרויס שמחה מיט די שלימות'דיגע חסדים וויל ער אויסטיילן ווי מער צדקה

מיט דעם פארשטייט מען דעם מנהג פון טיילן צדקה ערב סוכות. ווייל דעמאלט גרייט מען זיך אריינצוגיין אין דער סוכה וועלכע האט די בחינה פון 'דעת קנית מה חסרת', וואס דער מענטש שפירט אז דער אייבערשטער טוט מיט אים אזעלכע חסדים בשלימות - אָן קיין שום חסרון. און ער שפירט ביי זיך א צובראכנקייט, אז עס קומט זיך אים נישט. און ער מאכט זיך א חשבון אז די אלע טובות וואס דער אייבערשטער האט אים געגעבן, איז דער תכלית אז ער זאל דערמיט מטיב זיין און דערפרייען אנדערע אידישע קינדער. און דערפאר נעמט ער זיין געלט און טיילט דאס אויס פאר די עניים, כדי משמח צו זיין זייערע הערצער מיטן שמחת יום טוב.

More in this printout

View the whole printout