Skip to content
אמרי מנחם

מדי דברי המו מעי - תשוקתו לקדושת החג בזכרון עבודת הצדיקים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

שמחת יום טוב

לוסטיגע טעג...

נאך יום הקדוש האט דער קאלאשיצער רב זיך אנגערופן מיט א שמחה: "ברוך השם, אז עס גייען שוין די לוסטיגע טעג!".

זיך געזארגט אז די חסידים זאלן מקיים זיין 'ושמחת'

איך בין געווען אמאל ביימ סקווירא רבי'ן ז"ל חול המועד סוכות. ווי נאר איך בין אריינגעקומען און אים געגעבן 'שלום', זאגט ער מיר: "ראש השנה און יום כיפור, מורא האבן, מורא האבן, נו דאס מילא! אבער 'ושמחת בחגך', וויאזוי איז מען דאס מקיים?!".

יארן לאנג איז מיר שווער געווען: "ווער דען איז מקיים דעם 'ושמחת' אויב נישט די צדיקים? אויב אים איז שווער געווען מקיים צו זיין דעם 'ושמחת בחגך', נו, וואס זאלן מיר שוין זאגן?".

עס איז מיר איינגעפאלן א שטיקל תירוץ. עס שטייט: "ושמחת בחגך אתה ובנך ובתך עבדך ואמתך והלוי", און אין שו"ע ווערט גע'פסקנ'ט (תקכ"ט ס"ב) אז מען דארף דערפרייען די אלע 'נלוים אליו'. קומט אויס, אז א רבי דארף אריינברענגען שמחה אויך אין אלע חסידים וואס זענען נלווה צו אים. עס קען זיין אז דאס האט דער סקווירא רבי געמיינט צו זאגן: "מילא ער פאר זיך זאל מקיים זיין דעם 'ושמחת' - וואלט נאך געקענט מיטגיין, אבער אריינצוברענגען שמחה אין אלע חסידים - דאס איז שוין נישט קיין קליינע עבודה...".

מען קען דאס אביסל אונטערבעטן, מיט אן עבודת ישראל. די משנה זאגט: "ערב יום כיפורים שחרית מעבירין לפניו פרים ואילים וכבשים כדי שיהא מכיר ורגיל בעבודה". פרעגט די גמרא: פארוואס האט מען נישט דורכגעפירט די 'שני שעירים'? ענטפערט די גמרא: וויבאלד עס קומט אויף א חטא, איז 'חלשא דעתיה'. פרעגט די גמרא: די 'פרים' קומען דאך אויך אויף א חטא? ענטפערט די גמרא: די פרים זענען בלויז פאר זיין שבט, און 'באחיו הכהנים אי איכא איניש דאית ביה מילתא מידע ידע ליה ומהדר ליה בתשובה' - ביי זיין שבט ווייסט ער און ער איז אים מחזיר בתשובה, אבער ביי גאנץ כלל ישראל ווייסט ער נישט.

פון וואו ווייסט טאקע דער כהן גדול, ווער פון זיין שבט עס האט געזינדיגט? זאגט דער עבודת ישראל (בד"ה ערב יוה"כ שחרית") א שטארקן הסבר: ווייל אויב אין זיין שבט איז דא א פגם ח"ו, פילט דער 'ראש השבט' עפעס א חסרון אין זיין גרויסע מדרגה, און פון דארט באקומט ער די ידיעה, אז יענער האט געזינדיגט און ממילא ווייסט ער אים מחזיר בתשובה צו זיין.

עס שטייט דאך, אז די 'נלווים אליו' פון א צדיק זענען פון זיין שורש נשמה, ממילא האבן דאך די נלווים א שייכות צו אים - פונקט ווי דער שבט צום כהן גדול. קומט אויס, אז דארט וואו עס פעלט אין דעם 'ושמחת' ביי די נלווים אליו - פילט דאס דער צדיק אליין אויך! מיט דעם קען מען שוין פארשטיין וואס דער סקווירא רבי ז"ל האט געמיינט ביים פרעגן: 'ושמחת בחגך', וויאזוי איז מען דאס מקיים?!".

זיך מאכן פרייליך...

דער הייליגער קאלאשיצער רב זצ"ל פלעגט זאגן: "אז מען מאכט זיך אן ערליכער איד - ווערט מען אן ערליכער איד!". מיט דעם קען מען טייטשן: "ושמחת בחגך" - אז דו וועסט דיך מאכן פרייליך, אפילו אויב עס איז נאכנישט אמת'דיג, "והיית אך שמח" - וועסטו ווערן פרייליך.

עבודת הסוכה

די שענסטע נוי סוכה - צדקה פאר ארימעלייט

דער ראזוואדאווער רב, רבי משה'לע ז"ל האט געהאט גאר א הערליכע באצירטע סוכה, אזוי ווייט אז די פריצים פון די געגנט פלעגן קומען זען די סוכה. איינמאל, בשעת ווען דער ראזוואדאווער רב איז אריינגעקומען אין דער סוכה, האט ער געגעבן א קרעכץ און געזאגט: "אה, דער צאנזער רב האט פארטיילט צדקה ערב סוכות אכצן הונדערט גילדן, דאס איז נוי סוכה!".

עס קומט נישט צו צום דארפסמאן...

איינמאל איז דער ראזוואדאווער רב, רבי משה'לע ז"ל אריינגעקומען אין זיין סוכה, און געזאגט "מקנא בין איך דעם דארפס איד, וואס ער מאכט זיך זיין סוכה'לע אין דאָרף, און קיינער ווייסט נישט און קיינער זעט נישט".

אוועקגעגעבן האלב עולם הבא - אבי צו שלאפן אין דער סוכה

דער קאלאשיצער רב האט דערציילט: ר' לייביש טארניגראדער (דער פאטער פונעם צאנזער רב זצ"ל) האט געוואלט שלאפן אין דער סוכה, אבער עס איז געווען זייער קאלט און ער האט נישט געטראפן קיינעם וועלכער זאל מסכים זיין צו קומען שלאפן מיט אים (און אליינס, האט ער נישט געוואלט שלאפן, כמובא בספה"ק). ביז ער האט זיך איינגעבעטן ביי איינעם און אים צוגעזאגט א האלב פון זיין עולם הבא, און דעמאלט האט יענער מסכים געווען צו שלאפן מיט אים אין דער סוכה.

יארן זענען דורכגעלאפן, ר' לייבוש איז שוין געווען אויפן עולם האמת, און דער מענטש איז קראנק געווארן ל"ע און געזען אין חלום אז ר' לייבוש קומט צו אים און ער זאגט אים: "עס איז שוין געקומען דיין צייט צו גיין פון דער וועלט, אבער אויב דו וועסט מיר מוותר זיין פון מיין צוזאג צו באקומען האלב פון מיין עולם הבא - וועסטו געזונט ווערן און לעבן נאך יארן!". האט יענער זיך אנגערופן (אין חלום): "איך בין מסכים מוותר צו זיין!". און דער איד האט טאקע געהאט א רפואה שלימה".

ווען דער קאלאשיצער רב האט געענדיגט פארציילן די מעשה, האט ער געפרעגט פון ר' יצחק לייכטאג ע"ה: "איטשע, וואס האלטסטו, האט דער איד גוט געטון אז ער האט מוותר געווען?". האט ער געענטפערט: "אודאי נישט!". האט זיך דער קאלאשיצער רב אויפגעשטעלט און זיך צושריגן מיט התלהבות: "חס ושלום! א איד, ווי לאנג ער לעבט, קען ער זיך אויסארבייטן ביז צו דער מדרגה פון אברהם אבינו!". און ער האט נאכאמאל איבערגעזאגט: "חס ושלום! א איד, ווי לאנג ער לעבט, קען ער זיך אויסארבייטן ביז צו דער מדרגה פון אברהם אבינו!".

נישט געזען קיין פליג אין דער סוכה

אינעם ספר "שבחי רב ייבי" (פון אוסטראה, א תלמיד פונעם מעזריטשער מגיד) ברענגט ער א מעשה, אז אין דער סוכה פון רב ייבי פלעגט קיינמאל נישט אריינקומען קיין פליג. [דאס איז געווען א גרויסער חידוש, ווייל אינדערהיים איז דאך נישט געווען אויסגעפלאסטערט אזויווי דאהי, און בכלל האט מען נישט געקענט רייניגן אזויווי היינט, און געווענליך פלעגט איבעראל זיין פול מיט פליגן]. רבי פנחס קאריצער האט דעמאלט אויך געוואוינט אין אוסטראה [צוליב די רדיפות אין זיין שטאט קאריץ, איז ער געווארן איינגעלאדענט דורך רב ייבי צו קומען קיין אוסטראה], און מען האט אים פארציילט דעם גרויסן פלא, אז אין רב ייבי'ס סוכה איז נישטא קיין פליג [ווייזט אויס אז אין דער סוכה פון רבי פנחס איז יא געווען פליגן], איז עס געווען א גרויסער חידוש ביי אים, האט ער געזאגט אז ער וויל דאס אליינס זען מיט די אייגענע אויגן. איז ער אריבערגעגאנגען צו רב ייבי'ן און געזעסן דארט א שטיק צייט, און עס איז טאקע נישט געווען קיין איין פליג. איידער ער האט זיך אויפגעהויבן אוועקצוגיין, איז אראפגעפאלן איין פליג פון דער סכך. האט רבי ייבי זיך אנגערופן: "דאס איז נאר כדי לפייס דעתכם...".

לכאורה דארף די מעשה א שטיקל הסבר. ווייל רבי פנחס'ל קאריצער איז דאך געווען פון די גרעסטע צדיקים בדורו, נו, ווי קומט דאס, אז ביי אים אין דער סוכה איז יא געווען פליגן? האט ער דען נישט געקענט ממשיך זיין דעם זעלבן ענין ווי רב ייבי?

נאר מען קען אפשר זאגן, די משנה (אבות ה, ה) רעכנט אויס צווישן די עשרה נסים וואס זענען געווען אין בית המקדש: "ולא נראה זבוב בבית המטבחים" - מען האט קיינמאל נישט געזען קיין פליג אינעם בית המטבחים, וואו מען האט געוואשן די פלייש. קען מען לערנען צוויי וועגן: אז בעצם האט מען אינעם גאנצן בית המקדש נישט געזען קיין פליג, נאר די משנה רעדט בלויז פונעם בית המטבחים, ווייל נאר דארט האט מען געדארפט אנקומען צו א נס, אז כאטש מען האט דארט עוסק געווען מיט פלייש און בלוט, דאך איז נישט געווען דארט קיין פליגי".

אדער קען מען לערנען אז בלויז דארט איז נישט געווען קיין פליג, וויבאלד דארט האט זיך דורכדעם ארויסגעוויזן דער חביבות פונעם אייבערשטן צו כלל ישראל, אז עס איז נישט געווען קיין פליג - למעלה מדרך הטבע, אבער אין אנדערע פלעצער אינעם בית המקדש איז אפשר יא געווען, וויבאלד דארט איז עס נישט קיין נס אז עס איז נישטא קיין פליג. און אזוי איז טאקע משמע דער פשטות המשנה, וואס עס שטייט נישט 'אפילו' בבית המטבחים".

עס איז דאך באקאנט וואס דער ערשטער בעלזער רב דער שר שלום ז"ל האט געזאגטי, אז די סוכה האט קדושת בית המקדש. ממילא קען אפשר זיין, אז יעדער צדיק איז ממשיך זיין עבודה פון א געוויסע עבודה אין בית המקדש אדער פון א געוויסן מקום אין בית המקדש. לויט דעם קען מען זאגן, אז רב ייבי האט ממשיך געווען דעם קדושת בית המקדש פונעם 'בית המטבחים' וואס דארט איז געווען א נס אז עס איז נישט געווען קיין פליגן, ממילא איז ביי אים אין סוכה אויך נישט געווען קיין פליגן. און רבי פנחס קאריצער האט אפשר גאר ממשיך געווען א קדושה פון א העכערן מקום אין בית המקדש, וואס דארט איז נישט געווען דער נס, ממילא איז שוין גארנישט שווער פארוואס ביי אים אין דער סוכה האט יא געקענט זיין פליגן.

א טעם אינעם 'לישב בסוכה'

רבי איציקל פשעווארסקער זצ"ל האט אמאל געזאגט: "איך ווייס נישט צו עס איז דא א בעסערע זאך אויף דער וועלט ווי צו זאגן ביי קידוש 'ברון אתה ה' מקדש השבת'!". נאך א מינוט טראכטן האט ער צוגעלייגט: "און אפשר אויך א 'לישב בסוכה'!".

עבודת הנענועים

גע'פועל'ט ישועות דורך די נענועים

דער טאטע זכרונו לברכה האט געהערט פונעם זיידן רבי חיים ראובן ז"ל, וואס ער האט זיך געווייקט אין ראזוואדאוו ביי רבי משה'לע ז"ל. אז אמאל סוכות, האט דער רב געמאכט די נענועים ביי הלל. און דארטן פלעגט זיין איינגעפירט אז די יונגלעך - די אייניקלעך פונעם ראזוואדאווער רב האבן געהאט אייגענע ד' מינים. נו, ווי געווענליך האבן זיך די קינדער צווישן זיך ארומגעשלאגן מיט די ד' מינים... און זיי האבן א שטופ געגעבן דעם ראזוואדאווער רב. האט זיך דער רב אויפגעהויבן דעם טליתכא און מקצר געווען.

שפעטער נאכן דאווענען, האט דער ראזוואדאווער רב געזאגט: "פארוואס גיבט מען נישט אכטונג אויף די קינדער? איך האב געדארפט א ישועה פאר א איד, איך האב עס שוין געהאט אזויכב (און געוויזן אויף דער האנט פלאך, ווי איינער זאגט: איך האב עס שוין געהאט אין דער האנט), און די לאמפעטעס (- ווילדע קינדער) האבן מיך מבלבל געווען. און היינט 'מי יודע'!" (צי יענער וועט נאך האבן א ישועה).

אפגעשטופט מלחמות דורך די נענועים

ביים ראזוואדאווער רב רבי משה'לע ז"ל איז געווען דער סדר אז צווישן מנחה און מעריב, פלעגן די קינדער און קרובים צו גיין און זיך באגריסן. און רבי משה'לע האט געפרעגט יעדן איינעם: "וואס זאגסטו עפעס? וואס הערט זיך עפעס?". איין יאר ווען דער זיידע רבי חיים ראובן ז"ל איז געפארן אויף יום טוב, איז געווען א גרויסער רעש, אז אט אט וועט אויסברעכן א מלחמה. ווען ער איז אנגעקומען אויף ראזוואדאוו איז ער - אלס א קרוב - אויך צוגעגאנגען צום רב צווישן מנחה און מעריב. האט אים דער רב געפרעגט: "וואס הערט זיך עפעס?". האט ער געזאגט: "דער עולם איז באזארגט אז עס וועט זיין א מלחמה!". "אזוי? אויף ווען רעדט מען וועט זיין די מלחמה?".

האט ער געענטפערט: "באלד נאך 'אסיפת גרנות' (נאך סוכות) ווען מען נעמט אריין די תבואה!". האט רבי משה'לע זיך אנגערופן: "אה, אה, האפן מיר אז מיר וועלן נעמען דעם אתרוג און לולב אין דער האנט אריין, וועלן מיר 'משבית מלחמות' זיין 'עד קצה הארץ'!". און אזוי איז טאקע געווען, עס איז געווארן איינגעשטילט און עס איז נישט געווען קיין מלחמה!

די פנימיות פון רבי'נס נענועים

אמאל חול המועד סוכות בין איך געווען ביים רבין זכרונו לברכה, ווען דער רבי איז שוין נישט געזונט געווען. דער רבי איז געזעסן ביי הלל און אויפגעהויבן די הייליגע הענט מיט די ד' מינים ביי די נענועים. וואס זאל איך אייך זאגן, דער גאנצער עולם איז אזוי נתעורר געווארן, און עס איז געווארן אזעלכע בכיות אין בית המדרש, דער עולם האט געוויינט אויפן קול, ממש ווי ביי 'כל נדרי'!

שמיני עצרת ושמחת תורה

דער בעל דבר וויל אויך זאגן 'אתה הראת'...

דער הייליגער ברדיטשובער רב זצ"ל האט אמאל פארציילט אויף זיך, אז ער איז צוגעגאנגען צום עמוד אום שמחת תורה צו זאגן 'אתה הראת'. איז געקומען צו אים דער בעל דבר און גע'טענה'ט: "איך וויל זאגן אתה הראת". האט אים דער בארדיטשובער רב געפרעגט: "ווער ביסטו אז עס קומט דיר צו זאגן אתה הראת?". האט דער בעל דבר צוריק געפרעגט: "און ווער ביסטו?". האט ער געענטפערט: "איך האב דאס יאר געענדיגט גאנץ ש"ס!". האט אים דער בעל דבר געענטפערט: "איך האב אויך דורכגעלערנט גאנץ ש"ס!". פרעגט אים דער בארדיטשובער רב: "ווען האסטו דאס געלערנט?". האט ער אים געענטפערט: "דעמאלט ווען דו האסט געלערנט! איך האב דעמאלט מיטגעלערנט מיט דיר...".

דער בארדיטשובער רב האט דאס פארציילט ברוב ענותנותו, מיינענדיג צו זאגן, אז ער האט כביכול געלערנט 'שלא לשמה'. אבער אונז קענען מפרש זיין לשבח, אז דער בעל דבר האט געמיינט צו זאגן: "דאס גאנצע חשיבות פון דיין לערנען ש"ס, איז דאך נאר ווייל דו האסט א יצר הרע, נו אויב אזוי, האב איך דאך א חלק דערין! עס ווערט גערעכנט כאילו איך האב אויך געלערנט מיט דיר!".

איין קרעכץ דורכאויס גאנץ תשרי: 'כאשר היה עם אבותינו'

איך בין געווען איין יאר (שנת תשט"ז) ביים הייליגן בעלזער רב ז"ל אויף גאנץ חודש תשרי, פון סליחות ביז נאך שבת בראשית. דורכאויס דעם גאנצן תשרי האט מען נישט געהערט פונם רב קיין איין קרעכץ ביי די תפלות. נאר איינמאל שמיני עצרת ווען ער האט געזאגט "אתה הראת" פאר די הקפות, ווען ער איז אנגעקומען צו די ווערטער: "יהי ה' אלקינו עמנו כאשר היה עם אבותינו" 'אוי' "אל יעזבנו ואל יטשנו".

מען קען עס אפשר פארשטיין, ווייל אין בעלז האט זיך אלעס געדרייט אויף די אבות, יעדע תורה איז געווען געבויעט אויף א ווארט פונעם טאטן אדער זיידן, און דערנאך האט מען מוסיף געווען אויף דעם. און אזוי איז געווען דער גאנצער הלוך ילך, אלעס נאר די אבות. ממילא, ווען ער איז אנגעקומען צו די ווערטער פון 'כאשר היה עם אבותינו' האט ער געגעבן א קרעכץ.

שפעטע הקפות

דער צאנזער רב ז"ל האט געזאגט: "דער וואס ווייסט וואס מיינט 'הקפות', איז שמיני עצרת נישט (אנהייבן) פאר צען אזייגער, און שמחת תורה נישט פאר צוועלף!".

א תנועה פון א צדיק - און דער עולם האט זיך גענומען טאנצן...

הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זצ"ל האט מיר דערציילט, ווי ווייט א צדיק קען אריינגעבן שמחה אינעם עולם, אז ער איז אמאל געווען שמחת תורה אין שינאווא, דער שינאווער רב האט ארומגעטאנצן איינמאל ביי יעדע הקפה, דער עולם האט ווייטער געטאנצט, און דער שינאווער רב איז געשטאנען אויסגעדרייט צו מזרח איינגעבויגן אויף זיין עמוד.

נאכדעם וואס מען האט געטאנצט א שטיק צייט, זענען זיי ווי געווענליך אביסל מיד געווארן און די ריקודים זענען שוין געווארן אביסל שוואכער. האט זיך דער שינאווער רב געגעבן אזא קליינעם 'הייב אויף' גלייך. האט רבי איציקל מיר געזאגט: "וואס זאל איך דיר זאגן? אזויווי ער האט זיך געגעבן אזא שטעל אויף, האט דער עולם אנגעהויבן נאכאמאל צו טאנצן אזויווי מען וואלט נאך קיינמאל נישט געטאנצן...".

די איינע תנועה פונעם צדיק אמת איז שוין גענוג געווען, און דער עולם האט זיך צופלאקערט און אנגעהויבן טאנצן מיט א פרישקייט.

הימלישע כוחות...

אמאל שמחת תורה בין איך געגאנגען צופוס פון איסט ניו יארק קיין וויליאמסבורג צום רבי'נס הקפות, די עבודה פונעם רבי'ן ביי די הקפות איז נישט משיג צו זיין, מען האט אים געגעבן ממש הימלישע כוחות!

איך האב געהערט פון ר' יאסל אשכנזי ע"ה וויאזוי ער האט אראפגעלייגט די הקפות ביים רבי'ן אין די קריג, דער רבי ז"ל האט געטאנצן שעות ארוכות איינער אליין און געהאלטן א שווערע ספר תורה די גאנצע צייט, און ער - ר' יאסל - האט געזינגען און צוגעפאטשט, ער איז שוין געווארען הייזעריג... די עבודה איז געווען פונקט ווי ווען עס איז געווען א פול בית המדרש! ווי דער חובת הלבבות (אהבת ה' פ"ג) זאגט: "אז עס זאל ביי דיר א פולע שטוב מיט מענטשן כאילו עס איז ליידיג פון מענטשן".

צדיקים פון עולם העליון האלטן מיט די הקפות

איך בין געווען מיטן טאטן ז"ל ווען רבי מענדעלע קאנער פון סאניק האט דערציילט: רבי שלמה'לע באבובער איז אמאל שמחת תורה געזעסן ביי דער סעודה פונם זיידן רבי אליעזר'ל דזיקובער ז"ל. אינמיטן די סעודה האט זיך רבי אליעזר'ל אנגערופן צום אייניקל: "שלמה'לע, וואו האלט אצינד דער זיידע אין צאנז?". ער האט אודאי נישט געענטפערט... האט רבי אליעזר'ל ממשיך געווען: "ער האלט יעצט ביי דער פערטע הקפה, מלאכים ושרפים פאטשן צו, דער טאטע מיינע (הרה"ק מראפשיץ זי"ע) איז אויך דארט, ביי מיר איז ער היינט נישט געווען!".

דאס שטימט זייער גוט מיט די פאלגענדע מעשה, און אפשר איז דאס גאר געווען דעם זעלבן יאר: דער צאנזער רב ז"ל איז אמאל אריינגעקומען צו די הקפות שמחת תורה, האט ער געעפנט די טיר און ער האט געזאגט אז מען זאל צו רוקן דעם באלעמער און דארט מאכן די הקפות". פארן עולם איז דאס געווען א חידוש, האט מען אים דערנאך געפרעגט דעריבער, האט ער געזאגט "איך בין אריינגעקומען, האב איך 'דא' געטראפן דעם הייליגן רב שטיין (הרה"ק מראפשיץ זי"ע), האב איך דא געמאכט די הקפות".

געפאלן 'כורעים' שמחת תורה

דער הייליגער ראפשיצער רב ז"ל איז אמאל שמחת תורה געפאלן 'כורעים'. נאכדעם האט ער זיך אנגערופן: "פארוואס איך בין היינט געפאלן 'כורעים' ווייסט נאר מיין מעליצער רב!". נאך יו"ט איז מען געוואויר געווארן, אז זיין זון ר' יאנקעלע מעליצער ז"ל איז אויך געפאלן 'כורעים' שמחת תורה. אגב, דער ראפשיצער רב האט אנגערופן ר' יאנקעלע מעליצער: "מיין בעל שם".

ניצול ווערן פון חיבוט הקבר

חסידים האבן אמאל אונטערגעהערט ווי דער דזיקוב'ער רב רבי יושע'לע ז"ל האט געזאגט אינמיטן די הקפות: "אין דעם זכות וואס איך ווארף מיך פון איין וואנט צום צווייטן (אנדערע זאגן: פון איין זייט צום צווייטן) זאל איך ניצול ווערן פון חיבוט הקבר!".

א הכנה צום קדושת כתר פון שמיני עצרת

דער ראזוואדאווער רב רבי משה'לע ז"ל איז אריינגעקומען צום טיש שמיני עצרת נאכן דאווענען, און בשעת ער האט געהאלטן דעם האנטוך און דעם טעפל וואסער זיך צו וואשן, האט ער געזאגט: "אוי, דער אייבערשטער האט אונז געגעבען א חודש אלול. נאכדעם האט ער אונז געגעבן א ראש השנה מיט א שופר. נאכדעם האט ער אונז געגעבן די עשרת ימי תשובה. נאכדעם האט ער אונז געגעבן א יום כפור - וואס מלאכים ושרפים זענען אונז מקנא מיט דעם טאג. נאכדעם האט ער אונז געגעבן א סוכות מיט די ד' מינים. און דאס אלעס איז געווען א הכנה צום 'קדושת כתר' פון שמיני עצרת, און נאך אזא קנאק הייסט מען אונז גיין וואשן!". און ער האט אויסגעבראכן אין בָּוכע טרערן (א גרויס געוויין).

More in this printout

View the whole printout