Skip to content
אמרי מנחם

אושפיזא דיצחק

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א) עס שטייט אין פסוק (בראשית כד, סג): "וַיֵּצֵא יִצְחָק לָשׂוּחַ בַּשָּׂדֶה לִפְנוֹת עֶרֶב וַיִּשָּׂא עֵינָיו וַיַּרְא וְהִנֵּה גְמַלִּים בָּאִים וַתִּשָּׂא רִבְקָה אֶת עֵינֶיהָ וַתֵּרֶא אֶת יִצְחָק וַתִּפֹּל מֵעַל הַגָּמָל" – עס טוט זיך דא אפ אן עסק מיט 'גמלים', יצחק האט געזען די גמלים קומען, און רבקה איז אראפגעפאלן פונעם 'גמל', וואס איז דער ענין דא?

ב) אויך דארף מען פארשטיין, פארוואס דערציילט אונז די תורה אז דאס איז געווען 'לפנות ערב', וואס איז א נפקא מינה וועלכע צייט אין טאג דאס איז געווען?

ג) "וַתֹּאמֶר אֶל הָעֶבֶד מִי הָאִישׁ הַלָּזֶה הַהֹלֵךְ בַּשָּׂדֶה לִקְרָאתֵנוּ וַיֹּאמֶר הָעֶבֶד הוּא אֲדֹנִי וַתִּקַּח הַצָּעִיף וַתִּתְכָּס" – די מפרשים שטעלן זיך, פארוואס האט זי געפרעגט פונקט אויף יצחק – מער ווי אויף אלע אנדערע מענטשן?

ד) אויך איז שווער, פריער אין דער פרשה רופט אליעזר אן יצחק'ן מיטן לשון 'בן אדוני', און פארוואס דא האט ער אים אנגערופן 'הוא אדוני'?

ה) "וַיְבִאֶהָ יִצְחָק הָאֹהֱלָה שָׂרָה אִמּוֹ". זאגט רש"י: "ויביאה האהלה והרי היא שרה אמו, כלומר ונעשית דוגמת שרה אמו" – רבקה איז געווארן א דוגמא פון שרה אמנו. דארף מען פארשטיין דעם ענין וואס מיינט א 'דוגמא'?

ו) פריער שטייט: "וְהָיָה הַנַּעֲרָה אֲשֶׁר אֹמַר אֵלֶיהָ הַטִּי נָא כַדֵּךְ וְאֶשְׁתֶּה וְאָמְרָה שְׁתֵה וְגַם גְּמַלֶּיךָ אַשְׁקֶה אֹתָהּ הֹכַחְתָּ לְעַבְדְּךָ לְיִצְחָק". זאגט רש"י: "אותה הוכחת - ראויה היא לו שתהא גומלת חסדים וכדאי ליכנס בביתו של אברהם" – טאמער איז זי א 'גומלת חסדים', פאסט זי אריין אין אברהם אבינו'ס שטוב. לכאורה, דער אליעזר זוכט דאך יעצט א שידוך פאר יצחק – נישט פאר אברהם, און יצחק'ס מדה איז דאך געווען 'מדת הגבורה' – פארקערט פון אברהם'ס מדה, נו, דארף זי דאך פאסן פאר יצחק'ס שטוב?

סוכה איז א צוזאמשטעל פון פארקערטע מדות

נאר עס קען אפשר זיין אזוי. מען האט דאך גערעדט (לעיל באושפיזא דאברהם), אז דער ענין פון 'סוכה' איז דער שלימות המדות וואס מען דינט דעם אייבערשטן מיט אלע מדות אינאיינעם, וואס דאס איז די בחינה פון 'הוי"ה אדנ"י' וואס איז בגימטריא 'סוכה'.

רבקה איז געווען א 'בעלת חסד' – פארקערט פון יצחק'ס מדת הגבורה

לויט דעם קען זיין, אז אליעזר האט דוקא געזוכט פאר יצחק א כלה א 'בעלת חסד' – וועלכע איז די פארקערטע פון יצחק'ס 'מדת הגבורה', כדי אז דורכדעם זאל ווערן צוזאמגעשטעלט די ביידע הפכיות'דיגע מדות, וואס דאס וועט זיין א שלימות פאר זיי ביידע.

ותפול מעל הגמל – זי האט געזען א צדיק וועלכער דינט דעם אייבערשטן אויף אן אנדערן דרך

'גמל' איז א לשון פון 'גמילת חסד', וואס דאס ווייזט אויף די מדה פון רבקה וואס זי איז געווען א 'גומלת חסד'. זאגט דער פסוק: "וַיֵּצֵא יִצְחָק לָשׂוּחַ בַּשָּׂדֶה לִפְנוֹת עֶרֶב" – יצחק אבינו, וואס זיין מדה איז 'מדת הדין', איז געגאנגען דאווענען מנחה 'לפנות ערב' – וואס דעמאלט איז א צייט פון דינים כידוע (זוה"ק ח"ב קנו.), "וַיִּשָּׂא עֵינָיו וַיַּרְא וְהִנֵּה גְמַלִּים בָּאִים" – האט ער געזען ווי דא קומט צו גיין רבקה אמנו, וואס זי איז דער היפוך פון זיין מדה, זי האט די מדה פון 'גמילת חסד'. און די זעלבע זאך האט רבקה געזען: "וַתִּשָּׂא רִבְקָה אֶת עֵינֶיהָ וַתֵּרֶא אֶת יִצְחָק" – זי האט געזען יצחק, וואס ער איז 'מדת הדין', "וַתִּפֹּל מֵעַל הַגָּמָל" – איז זי אביסל אראפגעפאלן פון איר מדה פון 'גמילת חסד', ווייל זי איז נכלל געווארן אין זיין מדה פון 'גבורה'. און דערפאר האט זי געפרעגט פון אליעזר: "מִי הָאִישׁ הַלָּזֶה הַהֹלֵךְ בַּשָּׂדֶה לִקְרָאתֵנוּ" – ווער איז דער מענטש וועלכער גייט 'לקראתינו', ער גייט ממש פארקערט פון אונזער מדה? זי האט נישט געפרעגט אויף יעדן מענטש, אבער דא האט זי געשפירט אז דער מענטש דינט דעם אייבערשטן מיט א פארקערטע מדה ווי איר, איז זי נתפעל געווארן און געפרעגט ווער דאס איז. "וַיֹּאמֶר הָעֶבֶד" – האט איר אליעזר געענטפערט, "הוּא אֲדֹנִי" ער דינט דעם אייבערשטן מיט א בחינה פון אדנ"י – פארקערט ווי דו וואס דו ביסט דבוק אין שם הוי"ה.

ותתכס – זי האט זיך מדבק געווען אין מצות סוכה – וואס דארט קען מען צוזאמשטעלן 'הפכיים'

ווי רבקה האט געהערט וואס דא טוט זיך, אז דא וועט יעצט ווערן א צוזאמשטעל פון 'הוי"ה אדנ"י', "וַתִּקַּח הַצָּעִיף וַתִּתְכָּס" – איז זי אריין אין דער בחינה פון 'סכת' (די ערשטע 'תיו' איז א לשון מתפעל, בלייבט איבער די אותיות 'סכת'; ווי עס שטייט אין דער תורה 'חסר'). ווייל אויב איז דא אין דעם שידוך א שילוב פון 'חסד' און 'דין', איז דאך דאס ממש דער ענין פון 'סוכה' – וועלכע איז 'הוי"ה אדנ"י'.

האהלה שרה אמו – דער כח פון 'יסכה ברוה"ק' ווערט נתגלה אין דער סוכה

דער בני יששכר (תשרי י, אט) ברענגט פון רבי פנחס קאריצער זצ"ל, אז סוכה איז א לשון פון 'סוֹכָה ברוח הקודש'. און אויך ברענגט ער דארט (שם אות ב'), אז דער כח פון 'רוח הקודש' קומט אויך פון דעם 'יחוד הוי"ה אדנ"י'. מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק: "וַיְבִאֶהָ יִצְחָק הָאֹהֱלָה שָׂרָה אִמּוֹ" – דורכדעם וואס יצחק האט חתונה געהאט מיט רבקה, איז דאך דא געווארן א 'יחוד הוי"ה אדנ"י', ווייל די צוויי פארקערטע מדות זענען נכלל געווארן, ממילא, איז געווארן א בחינה פון סוכה, וואס דאס איז מרומז אין 'הָאֹהֱלָה' – 'אהל עראי', ווי די סוכה וועלכע דארף זיין א 'דירת עראי'. און 'שָׂרָה אִמּוֹ' – שרה האט געהייסן 'יִסְכָּה' (בראשית יא, כט), און רש

More in this printout

View the whole printout