א) די ספרים" ברענגען פונעם אר"י הק', אז ערב סוכות דארף מען טיילן אסאך צדקה. און עס איז באקאנט אז אין ראזוואדאוו פלעגט מען זייער שיין אויסצירן די סוכה מיט נוי סוכה, עס איז געווען ממש א יופי פון א סוכה. אמאל איז דער ראזוואדאווער רב ז"ל אריינגעקומען אין די סוכה, האט זיך דער ראזוואדאווער רב אנגערופן: "הא? דאס איז א שיינע סוכה? דער צאנזער רב האט ערב סוכות צוטיילט אכצן הונדערט גילדן פאר ארימעלייט, דאס איז נוי סוכה!". לכאורה, וואס איז דער שייכות אז דייקא ערב סוכות דארף מען טיילן צדקה מער ווי געווענליך?
ב) דער מצות עשה פון 'אכילה בסוכה', וואס מען מוז עסן א כזית אין דער סוכה - איז נאר די ערשטע נאכט, וואס דעמאלט איז די אושפיזא פון אברהם אבינו. זעט מען, אז סוכה האט א ספעציעלן שייכות מיט אברהם. דארף מען פארשטיין, דעם שייכות פון אברהם מיט דער סוכה?
ג) אין פרשת וירא שטייט (בראשית יח, ד): "יִקַח נָא מְעַט מַיִם וְרַחֲצוּ רַגְלֵיכֶם וְהִשָּׁעֲנוּ תַּחַת הָעֵץ". זאגט דער מדרש (ב"ר מח, י): "אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך וכו' בסוכות תשבו שבעת ימים" - מיט דעם 'והשענו תחת העץ' האט אברהם אבינו ממשיך געווען די מצוה פון סוכה. לכאורה, וואס איז דער פנימיות פון 'מצות סוכה' - וואס דאס האט א שייכות מיט דעם 'והשענו תחת העץ'?
ד) אויך דארף מען פארשטיין, וואס איז דער רמז פון די דריי ימים טובים וואס גייען אין איין המשך: 'ראש השנה', 'יום כיפור' און 'סוכות'?
ה) די ספרים זאגן (הובא כמ"פ בבני יששכר לסוכות ובהרבה ספרי קודש), אז 'סוכה' איז בגימטריא הוי"ה אדנ"י. וואס איז דער ענין דערפון?
ו) דער זוהר הק' זאגט (ח"ג קג:), אז די סוכה ווערט אנגערופן 'צלא דמהימנותא' - א שאטן פון אמונה. דארף מען פארשטיין דעם ענין?
ז) די גמרא זאגט (נדרים לב.): "בן שלש שנים הכיר אברהם את בוראו" - ביי די דריי יאר האט אברהם אבינו מכיר געווען דעם אייבערשטן. אין מדרש (ב"ר ל, ח) איז פארהאן א שיטה: "בן ארבעים ושמונה שנה הכיר אברהם את בוראו" - הערשט ביי די אכט און פערציג האט אברהם מכיר געווען את בוראו. דארף מען זען מיישב צו זיין די ביידע שיטות, אז עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת.
ח) דער מדרש זאגט (ב"ר לט, א): "משל לאחד שהיה עובר ממקום למקום וראה בירה אחת דולקת. אמר, תאמר שהבירה זו בלא מנהיג, הציץ עליו בעל הבירה אמר לו אני הוא בעל הבירה, כך לפי שהיה אבינו אברהם אומר, תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג, הציץ עליו הקב"ה ואמר לו אני הוא בעל העולם" - אברהם אבינו האט זיך געוואונדערט ווער עס איז דער מנהיג פון דער וועלט, ביז דער אייבערשטער האט אים געזאגט 'איך בין דער בעל הבית פון דער וועלט'. לכאורה, קיינער קען דאך נישט זען דעם אייבערשטן; ווי עס שטייט (שמות לג, כ): "כִּי לֹא יִרְאַנִי הָאָדָם וָחָי", נו, מוז דאך זיין אז דער 'הציץ עליו בעל הבירה' איז געווען עפעס אן ענין פון 'נבואה' וכדומה, נו, אויב איז אברהם אבינו געגאנגען מיט 'חקירות', וויאזוי איז ער געווארן איבערצייגט דורך א 'נבואה' - אז עס איז פארהאן א בורא אויף דער וועלט?
מען דארף דינען דעם אייבערשטן מיט יעדע מדה
נאר עס קען אפשר זיין אזוי. דער זרע קודש (פר' משפטים ד"ה א"י ואלהי) זאגט, אז א מענטש דארף דינען דעם אייבערשטן מיט 'מדות שבורות', אז אויב בטבע איז ער א 'בעל חסד' און א רחמנות'דיגער - דארף ער צוברעכן זיין טבע און דינען דעם אייבערשטן אויך מיט דער מדה פון 'אכזריות' - דארט וואו עס פעלט אויס פאר עבודת ה'. ווייל ווילאנג ער דינט נאר מיט זיין מדה וואס ער האט בטבע, האט ער דאך נאכנישט אוועקגעגעבן דעם 'זיך' פארן אייבערשטן.
סוכות קומט מען צום שלימות פון ייראה' און 'אהבה'
ראש השנה און יום כיפור זענען טעג פון 'גבורה', וואס דעמאלט דינט מען דעם אייבערשטן מיט 'יראה' און פחד. און סוכות זענען לוסטיגע טעג וואס מען דינט דעם אייבערשטן מיט 'אהבה'. אבער דער פשט איז נישט, אז סוכות דינט מען דעם אייבערשטן בלויז מיט 'אהבה', נאר יעצט האלט מען אָן ווייטער די עבודה פון ראש השנה און יום כיפור, נאר מען לייגט צו דערצו אויך די מדה פון אהבה! מען דינט דעם אייבערשטן מיט ביידע בחינות, וואס דאס איז דער 'שלימות העבודה' וועלכע ווערט נשלם דייקא אין סוכות, וואס דארט איז פארהאן אן ענין פון 'שלימות'; ווי עס שטייט (תהלים עו, ג): "וַיְהִי בְשָׁלֵם סוּכוֹ".
ביידע שמות הק': 'הוי"ה' – חסד, און 'אדנ"י' – גבורה
דער שם הוי"ה איז מרמז אויף 'מדת הרחמים', און ווידער דער שם אדנ"י איז מרמז אויף 'מדת הגבורה', און ווי דער זרע קודש זאגט - איז דאך דער תכלית, אז מען זאל דינען דעם אייבערשטן מיט ביידע בחינות אויפאיינמאל און די עבודה פון די ביידע שמות זאלן זיין באחדות. און דערפאר איז סוכ"ה גימטריא הוי"ה אדנ"י, ווייל דעמאלט דינט מען דעם אייבערשטן מיט ביידע בחינות, וואס דאס איז דער עיקר עבדות פון א איד.
'מילה' און 'הכנסת אורחים' – חסד און גבורה אינאיינעם
אין פרשת וירא זעט מען אז אברהם אבינו האט צוזאמגענומען ביידע בחינות אויפאיינמאל, ווייל פון איין זייט איז דאך דא געווען 'שלישי למילה' - וואס ער האט זיך גע'מל'עט מיט אזא מסירות נפש, וואס דאס איז אן ענין פון 'גבורה', וואס ער האט זיך מתאכזר געווען אויף זיך אליינס און זיך גע'מל'עט. און פון צווייטן זייט איז ער געשטאנען ביים 'פתח האהל' און עוסק געווען אין דער מצוה פון 'הכנסת אורחים' - וואס דאס איז דאך די מדה פון 'חסד'. און מיט דעם האט ער ממשיך געווען אז דער 'והשענו תחת העץ' איז געווען א בחינה פון 'סוכה'.
און דערפאר טרעפט מען דארט ביידע שמות, דער שם הוי"ה שטייט באלד ביים אנהייב: "וַיֵּרָא אֵלָיו ה' בְּאֵלֹנֵי מַמְרָא". און דער שם אדנ"י שטייט ווייטער: "וַיֹּאמַר אֲדֹנָ"י אִם נָא". ווייל דא האט אברהם מיט זיין עבודה - ממשיך געווען די ביידע שמות הק'.
דריי מלאכים – חסד און גבורה
רש"י זאגט: "והנה שלשה אנשים - אחד לבשר את שרה ואחד להפוך את סדום ואחד לרפאות את אברהם". דא האבן זיך באוויזן דריי מלאכים - דאס ווארט 'מלאך' איז אויך בגימטריא 'סוכה' - צוויי מלאכים זענען געקומען אויף שליחות'ן פון 'מדת החסד'; אנזאגן די בשורה פון 'קינדער' און אויסצוהיילן אברהם, און איינער איז געקומען אויף א שליחות פון 'מדת הדין'; איבערצודרייען סדום. ווייל דאס אלעס האט אברהם אבינו ממשיך געווען מיט זיין עבודה פון דינען דעם אייבערשטן מיט ביידע מדות אויפאיינמאל. און זיי האבן זיך באוויזן 'באלני ממרא', שטייט אין ספרים (הובא באמרי נועם לסוכות) אז 'אלני' איז גימטריא 'סוכה', דאס הייסט, אז די מלאכים האבן זיך באוויזן אין דער 'סוכה' פון אברהם אבינו - דורך זיין עבודה פון 'מדות שבורות'.
אין דער סוכה קומען די מלאכים מיט אלערליי ישועות
דער תפארת שלמה (לסוכות ד"ה מצטערי) טייטשט די גמרא (סוכה כו.): "מצטער פטור מן הסוכה" - אז דורך דער סוכה ווערט מען פטור פון אלערליי צער. און בפרט אינעם ענין פון 'רפואה'; ווי ער טייטשט די משנה (סוכה כה.): "חולין ומשמשיהן פטורין מן הסוכה" - דורך מצות סוכה ווערט מען פטור פון די אלע חולאת'ן רח"ל. עס קען זיין פשט, ווייל דא האט דאך אברהם אבינו ממשיך געווען די מצוה פון סוכה, און מיט דעם האט ער ממשיך געווען די 'שלשה אנשים', וואס דארט ליגט אלע ישועות: א רפואה פאר אידישע קינדער - וואס דאס איז געווען דער 'לרפאות את אברהם'. 'פקידת עקרות' - וואס דאס איז געווען דער 'לבשר את שרה', און א מפלה פאר די שונאי ישראל - וואס דאס איז געווען דער 'להפוך את סדום'. און דער ענין פון רפואה איז ספעציעל מודגש, ווייל 'ממרא' איז גימטריא 'רפא', דאס ווייזט אז מען קען אויס'פועל'ן א רפואה שלימה דורכן כח פון 'אלני' - וועלכע איז בגימטריא 'סוכה'.
נפשך איז 'גבורה', 'מאודך' איז 'חסד'
עס קען זיין אז דאס איז די בחינה פון (דברים ו, ה): "בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךְ וּבְכָל מְאֹדֶךְ". די עבודה פון 'ובכל נפשך' - איז 'מסירות נפש בגוף'; ווי די גמרא זאגט (ברכות נד.): "אפילו נוטל את נפשך" - דאס איז 'מדת הגבורה'. די עבודה פון 'ובכל מאודך' - איז צו טיילן צדקה פאר עניים - דאס איז 'מדת החסד'. און ווען א מענטש טוט די ביידע עבודות אינאיינעם, איז א סימן אז ער האט ליב דעם אייבערשטן 'בכל לבבך' מיטן גאנצן הארץ! ווייל אויב ער צוברעכט אלע זיינע מדות פארן אייבערשטן, ווייזט דאס אז ער דינט אים נישט בלויז מיט א האלבע הארץ - מיט איין מדה וואס ער האט בטבע, נאר ער דינט אים מיטן גאנצן הארץ בשלימות.
דאס האט מען דא געזען ביי אברהם אבינו, אז ער האט מקיים געווען 'בכל נפשך' - ער האט זיך גע'מל'עט מיט 'מסירות נפש בגוף', און אינעם 'שלישי למילה' איז ער געשטאנען און געזוכט אורחים - וואס דאס איז 'ובכל מאדך'. און דאס ווייזט אז די סארט עבודה איז געווען 'בכל לבבך'; ווי דער פסוק זאגט עדות (נחמיה ט, ח): "וּמָצָאתָ אֶת לְבָבוֹ נֶאֱמָן לְפָנֶיךָ".
דורכן דינען דעם אייבערשטן מיט ביידע מדות אינאיינעם קומט מען צום 'שמע ישראל' - 'צלא דמהימנותא'
דער אויבנדערמאנטער זרע קודש (בפר' משפטיםי) איז מסביר, אז דער ענין פון 'מדות שבורות' קומט פון דעם וואס דער מענטש איז מקבל אויף זיך 'עול מלכות שמים', ווייל אויב איז ער אן אמת'ער געטרייער עבד פארן מלך - טוט ער אלעמאל וואס דער מלך וויל, נישט קיין חילוק צי עס איז לויט זיין טבע אדער היפוך פון זיין טבע. און עס איז משמע דארטי, אז אזוי איז אויך פארקערט, אז דורכדעם וואס מען דינט דעם אייבערשטן מיט אלע מדות אינאיינעם - ווערט נתחזק דער 'דעת' פון 'אחדות השם', א בחינה פון 'אדם נפעל כפי פעולותיו'. לויט דעם פארשטייט מען, אז דער פסוק: "בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךְ וּבְכָל מְאֹדֶךְ" - וואס דאס ווייזט אויף 'מדות שבורות' - איז א המשך פונעם פסוק פריער: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד" - וואס דאס איז 'קבלת עול מלכות שמים', ווייל איינס ברענגט דאס אנדערע, דורך אמונה אין 'אחדות השם', קומט מען אָן צו 'מדות שבורות', און דורך 'מדות שבורות' קומט מען אָן צו אמונה אין 'אחדות השם'. און דערפאר, דורכדעם וואס אברהם אבינו האט דא מקיים געווען די ביידע ענינים אינאיינעם, 'חסד' און 'גבורה' - האט ער זוכה געווען ממשיך צו זיין די 'צלא דמהימנותא' - דעם 'כח האמונה' אין 'אחדות השם' וואס ווערט נתגלה אין דער סוכה.
ר"ה – בכל לבבך, יו"כ - בכל נפשך, סוכות – ובכל מאודך
לויט דעם קען מען פארשטיין דעם סדר פון די ימים טובים: 'ראש השנה' - איז די בחינה פון 'בכל לבבך'. ווייל ראש השנה טוט מען גארנישט בפועל, נאר מען בלאזט שופר, וואס דאס איז א קול וואס קומט ארויס פון 'עומקא דלבא'. און אויך איז מען דעמאלט ממליך דעם אייבערשטן אויף אלע אברים - וואס דאס איז אן 'עבודה פנימית' מיטן הארץ. 'יום הקדוש' - איז די בחינה פון 'ובכל נפשך'. ווייל דעמאלט פאסט מען און עס ווערט נתמעט 'חלב ודם', וואס דאס איז א בחינה פון 'מסירת נפש' וואס מען גיבט אוועק דעם גוף פארן אייבערשטן. 'סוכות' - איז די בחינה פון 'ובכל מאודך'. ווייל ערב סוכות טיילט מען אסאך צדקה פאר ארימעלייט, און אויך די ד' מינים איז אן ענין פון 'ובכל מאודך', וואס אידן אין אלע דורות האבן זיך געלאזט קאסטן אסאך געלט. און דורכדעם וואס עס ווערט נשלם די דריי בחינות פון 'בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךְ וּבְכָל מְאֹדֶךְ' איז מען זוכה אריינצוגיין אין דער סוכה, וועלכע איז א 'צלא דמהימנותא' און איז מסוגל אויף אמונה אין אחדות השם, וואס דאס איז דער ענין פון 'שמע ישראל'.
'מדת החסד' מוז מען אויך נוצן אויף 'אהבת ישראל'
איך בין אמאל געווען ביים סקווירא רבי'ן ז"ל האט ער זיך אזוי אנגערופן: "ראש השנה און יום כיפור, מורא האבן, מורא האבן, נו דאס מילא! אבער 'ושמחת בחגך', וויאזוי איז מען דאס מקיים?!". עס קען זיין, אז דער עיקר שוועריקייט איז דער ענין פון 'מדות שבורות', וואס מען דארף דא דינען דעם אייבערשטן מיט אהבת ה' - בנוסף צו די 'יראה' פון די הייליגע טעג. ממילא קען זיין, אז די עצה דערויף איז טאקע, אז מען זאל אנהייבן מיט 'אהבת ישראל', און דורכדעם וועט מען אנקומען צו אהבת ה'. און דערפאר איז אזא גרויסער ענין צו טיילן אסאך צדקה ערב סוכות, ווייל דורכדעם וואס מען טוט 'חסד' מיט אידישע קינדער, איז מען מעורר ביי זיך די מדה פון 'חסד' און 'אהבה', און דערנאך קען מען צוקומען צום יום טוב סוכות צו דינען דעם אייבערשטן מיט אהבת ה' און שמחה.
א מענטש דארף נוצן דעם שכל אויף השגות אין עבודת ה'
מען קען אפשר אביסל מקרב זיין אל השכל, וואס עס מיינט אז די סוכה איז א 'צלא דמהימנותא'. עס שטייט אין פסוק (דברי הימים א כח, ט): "דַע אֶת אֱלֹקֵי אָבִיךָ וְעָבְדֵהוּ", און די ראשונים לערנען פשט, אז א מענטש דארף אליינס חוקר זיין מיטן שכל און דערגרייכן ווי ווייט זיין שכל קען אנקומען; אזויווי דער חובת הלבבות און דער רמב"ם האבן חוקר געווען די אמונה. אבער די ספריםי זאגן שוין אז מען זאל זיך נישט אריינלאזן אינעם דרך פון 'חקירות', נאר מען דארף גלייבן בלויז מיט אמונה פשוטה. אבער דאך דארף א מענטש נוצן דעם שכל אין עבודת ה', משיג צו זיין השגות אינעם אייבערשטן וכדומה; ווי דער נועם אלימלך זאגט (פרשת לך ד"ה והנה דברי), אז א מענטש דארף זיך מתבונן זיין אין די 'צבא השמים' און אריינטראכטן דעם גדלות השם וואס מען זעט דארט. און דאס איז דער ענין פון 'שער הבחינה' פונעם חובת הלבבות, וואס ער ברענגט ראיות פון דער בריאה אויף די טובות פונעם אייבערשטן. און יעדער מענטש דארף אליינס אריינטראכטן דערין און אנקומען צו 'השגות' ביז וואו זיין שכל דערגרייכט.
אברהם אבינו איז געגאנגען ביזן גבול וואו א מענטש קען משיג זיין
לויט דעם קען מען אפשר זאגן אז די צוויי שיטות ווען אברהם אבינו האט מכיר געווען את בוראו - צי ביי די דריי יאר, אדער ביי די אכט און פערציג יאר - איז 'אלו ואלו דברי אלקים חיים'. ווייל ביז די דריי יאר האט אברהם אבינו פשוט גע'חקרנ'ט ווער עס איז דער בורא, ביז ער איז צוגעקומען צו דער הכרה אז דער אייבערשטער איז דער בורא. אבער נאכדעם האט ער ערשט אנגעהויבן זיך מייגע צו זיין מיטן שכל 'משיג' צו זיין דעם אייבערשטן - לויט ווי ווייט דער שכל אנושי קען דערגרייכן, און אברהם אבינו איז דאך געווען דער גרעסטער חקרן וואס איז נאר שייך, ממילא, האבן מיר דאך נישט קיין השגה ביז וואו ער איז אנגעקומען מיט זיין שכל. אבער נאך אלעמען, איז דאך דער דעת פון א נברא א 'מוגבל'! ווי גרויס דער שכל פון אברהם אבינו איז געווען, איז דאס אבער געווען א 'בעל גבול', און א 'בעל גבול' קען נישט משיג זיין דעם 'אין סוף'! ממילא, ביי די אכט און פערציג יאר איז אברהם אבינו אנגעקומען צו א מצב וואס דער שכל גייט שוין נישט ווייטער! ער איז שוין געגאנגען ביזן גבול וואו די השגות פון א מענטש קענען גיין, און דארט האט ער געפרעגט מיט א צער: "תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג" - זייענדיג אויף דעם עולם הזה קען מען נישט נאכמער משיג זיין די הנהגת ה'? איך וויל יא נאכמער משיג זיין די 'הנהגה' וואס דער אייבערשטער פירט די וועלט!
דארט האט אים דער אייבערשטער געגעבן דעם 'הרגש האמונה' וואס דאס איז מער ווי אלע השגות
וויבאלד דער אייבערשטער האט געזען זיין שטארקע רצון און תשוקה, האט זיך דער אייבערשטער באוויזן צו אים אויף אן אופן פון נבואה, און ער האט אים געזאגט: "אני הוא בעל העולם". דאס הייסט, ביז יעצט זענען אלע זיינע השגות געווען אין שכל, אבער יעצט האט אים דער אייבערשטער אריינגעגעבן א הרגש פון אמונה אין הארץ! נאכדעם וואס ער האט זיך אזויפיל געפלאגט און געהארעוועט משיג צו זיין מיטן שכל, האט אים דער אייבערשטער געגעבן א הכרה - הכיר אברהם את בוראו - וואס די אמונה איז נשרש געווארן בלבו; א בחינה פון "וּמָצָאתָ אֶת לְבָבוֹ נֶאֱמָן לְפָנֶיךָ", אז נישט בלויז ער האט געוואוסט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, נאר ער האט געשפירט אז עס איז דא א באשעפער! די אמונה איז ביי אים געווען קלאר ווי דער טאג! און ווען מען איז זוכה צו אזא מין הרגש, איז דאס מער ווי אלע השגות וואס מען איז משיג מיטן שכל. און דאס איז דער 'צלא דמהימנותא' וואס אברהם אבינו האט ממשיך געווען פאר זיינע קינדער אין דער סוכה.
ויחשבה לו צדקה – די דאזיגע אמונה בלב איז א 'צדקה'
דאס קען זיין פשט אינעם פסוק (בראשית טו, ו): "וְהֶאֱמִן בַּה' וַיַּחְשְׁבֶהָ לּוֹ צְדָקָה" - די אמונה וואס ער האט געגלייבט אינעם אייבערשטן מיט א הרגש הלב, דאס האט אברהם אבינו גערעכנט אלס צדקה וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אים! ווייל דאס האט ער נישט געקענט דערגרייכן מיט זיינע אייגענע כוחות השכליים, דאס האט ער באקומען פונעם אייבערשטן א מתנה, דורכדעם וואס ער האט זיך מגלה געווען צו אים און אים געזאגט: "אני הוא בעל הבירה".
יעדער איד קען באקומען א צדקה פונעם אייבערשטן – א הרגש פון אמונה
יעדער איד האט א שייכות מיט דעם ענין פון 'אני הוא בעל הבירה', אז ווען א איד בעט זיך ביים אייבערשטן אויף 'אמונה שלימה', העלפט אים דער אייבערשטער, ער גיבט אים אריין אמונה אין הארץ! ער זאגט אים "אני בעל הבירה"! דאס איז פשט אז דער אייבערשטער גיבט אים אריין דעם הרגש בלב; ווי דער צאנזער רב זאגט א מורא'דיג לשון (דברי חיים פר' שמיני ד"ה): "והנה ידענו באמת שהקב"ה מלא כל העולם לית אתר פנוי מיניה, ומי שיש לו זכות הנפש רואה זה בחוש". און דאס זענען די הרגשים פון ערליכע אידן, וואס זייער הארץ פלאטערט מיט אמונה און יראת שמים, ווייל די אמונה זייערע איז נשרש אין הארץ.
מיט אונזער צדקה ערב סוכות איז מען מעורר דעם אייבערשטנ'ס צדקה – הרגש האמונה
לויט דעם קען זיין נאך א טעם פארוואס מען טיילט 'צדקה' ערב סוכות, כדי מעורר צו זיין- מדה כנגד מדה - דעם 'ויחשבה לו צדקה', אז דער אייבערשטער זאל אונז געבן 'צדקה', אז ער זאל אונז אריינברענגען אינעם 'צלא דמהימנותא', וואס דאס מיינט, אז ער זאל אונז געבן דעם 'הרגש האמונה' וואס ער האט געגעבן פאר אברהם אבינו בצדקה.