די קליינע שרה'לע פון פיעטרקאוו האט זיך פארמישט, זי האט געמיינט אז דער גאון רבי מאיר שפירא זצ"ל איז איר טאטע... אבער דאן האט איר רבי מאיר אויסגעלערנט א טיפע יסוד אין אמונה, וואס האט איר באגלייט דורכאויס איר גאנצע שטורעמישע לעבן, אין אלע מצבים.
א נאכאנאנדע שטראם פון אידן האבן זיך ארויסגעשלענגלט פון די גרויסע בית המדרש פון די שטאט 'פיעטערקאוו', פוילן. מ'האט נארוואס געענדיגט די שבת'דיגע דאווענען און די מתפללים זענען זיך צעגאנגען, אויסן צו פראווען די געהויבענע סעודה מיט זייערע משפחות. ביים ווינקל פון גאס איז געשטאנען די קליינע שרה'לע און געווארט אויף איר טאטע, אים וועלנדיג אהיים באגלייטן. פילע געשטאלטן זענען איר פארביי געגאנגען, אבער איר טאטע איז נישט געווען צווישן זיי. פלוצלינג
זיך אנטשולדיגט פארשעמטערהייט: "כ'האב א געמאכט א טעות. כ'האב געמיינט אז דער רב איז מיין טאטע..." דער גאון האט געגעבן א ווארעמע שמייכל און געזאגט פאר די מיידל: "דארפסט זיך נישט שעמען. ס'איז בסדר, ס'איז גארנישט געשען. אבער זאלסט נאר וויסן מיין טאכטער, אז סיי דו און סיי איך האבן זייער א גרויסער טאטע אין הימל... און דער טאטע האט זייער ליב ווען זיינע קינדער ווענדן זיך צו אים און זאגן: 'טאטע, כ'וויל גיין מיט דיר'..." דער רב האט פארגעזעצט: "נעם אריין די יסוד פאר דיין גאנצע לעבן! מיר האבן א גרויסן טאטן אין הימל, א כל-יכול. ער האט באשאפן די גאנצע וועלט, ער פירט עס אינגאנצן אליינס און ער געבט אכטונג אויף אונז יעדע סעקונדע. און ער וויל זייער שטארק אז מיר זאלן אים זאגן: 'טאטע! איך וויל גיין מיט דיר! טאטע, כ'וויל זיך נאר פארלאזן אויף דיר, כ'וויל נאר דיר געטרויען, נאר דו אליינס זאלסט מיך פירן. איך פארלאז זיך נישט אויף קיינעם, נאר אויף דיר!'" אט די ווערטער וואס דער רב האט ארויסגעזאגט פון טיפעניש פון זיין ריין הארץ, זענען אריין אין די קליינע מיידל'ס הארץ און זיך דארט טיף טיף איינגעקריצט. די יארן זענען פארלאפן, און די
האבן אויפגעלויכטן. אט איז דאס געשטאלט וואס זי האט געזוכט; דארט איז איר פאטער. זי איז צוגעלאפן צום מענטש, אים אנגעכאפט ביים עק פון טלית און געזאגט: "טאטי, כ'וויל אהיימגיין מיט דיר..." אירע בעקעלעך זענען שנעל רויט געווארן, ווי נאר זי האט פלוצלינג געכאפט אז דער מענטש איז בכלל נישט איר טאטע... אייגנטליך איז עס געווען נישט קיין צווייטער ווי דער רב פון שטאט, הגאון רבי מאיר שפירא, וואס האט דעמאלטס געדינט אלס רב פון פיעטרקאוו... דערווייל אהינגעקומען, און די טאכטער האט
אירע
אויגן
איז
איר
טאטע
גרויזאמע צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, אנזייענדיג טויט און פייער איבער גאנץ אייראפע. שרה, שוין דעמאלטס א יונגע פרוי, האט זיך געטראפן פארנט פון א לאנגע רייע צרות: געפארן, פיין, און רדיפות. מיט אומגעהויערע נסים איז זי געווארן געראטעוועט, און האט זיך עווענטועל באזעצט אין ארצינו הקדושה. אבער אויך אין ברען פון די גרעסטע קאשמארן פון די מלחמה – האט זי שטענדיג געזען דאס געשטאלט פון רבי מאיר שפירא פאר אירע אויגן, ווי ער רוימט איר אריין אין די אויערן: "מיר האבן א גרויסן טאטן אין הימל, א כל-יכול, און ער וויל מיר זאלן אים
טון. אויפאמאל, האט זיך די טיר געעפנט און א קינד מיט א גארבידזש בעג אין די האנט איז ארויסגעקומען, אויפן וועג עס ארויסצואווארפן אין די דרויסנדיגע מיסט-קאסטן. כ'האב האסטיג אויסגענוצט די געלעגנהייט, און אים געפרעגט אויב כ'קען נאך אריינגיין צו מנחם אבל זיין. ער האט מיר געענטפערט אז זיי האבן נארוואס געענדיגט עסן נאכטמאל, אזוי אז כ'קען רואיג אריינגיין. כ'בין אריינגעגאנגען אין הויז. איך האב זיך געטראפן שטיין פאר אלע זין, פרובירנדיג צו טרעפן מיין חבר צווישן זיי. איך האב געקוקט אויף זיי און זיי האבן מיר צוריק געקוקט, אבער קיינער פון זיי האט מיר נישט אויסגעזען באקאנט. "וועמען זוכסטו?" האט מיר איינער פון די זין געפרעגט. איך האב געזאגט דאס נאמען פון מיין פריינד. "מיר האבן נישט אזא ברודער," האט דער זון געענטפערט. "ער איז אונזער קאזין," האט מיר א צווייטער פארשטיין געגעבן, "זיין טאטע לעבט נאך, לאורך ימים ושנים." אקעי, דאס איז שוין געווען היבש אומבאקוועם. כ'האב ארויסגעשטאמלט א פארצווייפלטע "המקום ינחם אתכם", און דערנאך צוגעלייגט, ווי די מנהג ביי חסידים: "בזכות דעם הייליגן רבי שלום שכנא פון פראהביטש, זאלט איר האבן א פרייליכע לעכטיגע שבת. א גוטן שבת." פונקט יענע מינוט איז די אלמנה אריינגעקומען אין צימער און געפרעגט פארוואונדערט: "ווער האט דאס געזאגט?!" אויב פריער איז געווען 'אומבאקוועם', איז יעצט געווען בושות. ס'איז מיר געווארן קאלט און ווארעם. די ברידער האבן ערקלערט זייער מוטער אז איינער האט דא בטעות אריינגעוואנדערט, און ער האט געזאגט די ווערטער. "זאגסט אז דער מענטש איז אהערגעקומען בטעות?! וואס עפעס, ס'איז אן אויסטערלישע השגחה פרטית!!!" – האב איך געהערט ווי די מאמע קען נישט צו זיך קומען פון גרויס איבערגענומענקייט. און זי האט זיי פארשטיין געגעבן: "מיין מאן, אייער פאטער, פלעגט מיר יעדן דאנערשטאג ביינאכט וואונטשן די ברכה! פון די ערשטע וואך פון אונזער שבע ברכות, ביז די לעצטע וואך פון זיין לעבן. ער האט עס קיינמאל נישט פארפעלט; אפילו ווען ער איז געפארן קיין אויסלאנד, פלעגט ער מיר ספעציעל אנרופן אנצואוואונטשן די פאר ווערטער. אפילו א וואך צוריק, הארט פאר ער איז צוזאמגעפאלן און אוועק, האט ער עס נאך עספיעט צו וואונטשן. "און יעצט, ווען טאטי איז מער נישט מיט אונז, הער איך פלוצלינג
זאגן: 'טאטע! איך וויל גיין מיט דיר! טאטע, איך פארלאז זיך נאר אויף דיר!'" אט די ווערטער, וואס זי האט געהערט אזויפיל יאר פריער, זענען איר געווען א קוואל פון חיזוק אין די סאמע שווערסטע מאמענטן. ס'האט איר אריינגעבלאזן א פרישע גייסט, און נאר א דאנק זיי האט זי געהאט די כח און מוט איבערצולעבן די גיהנום. ביז איר לעצטע טאג – אום חודש אדר תש"פ – האט זי נישט אויפגעהערט צו דערציילן די מעשה, ווייטער איבערגעבנדיג די לויטערע ברען פון אמונה אין די יונגע הערצער פון אירע קינדער און אייניקלעך.