רבי ש. ב. קליין פון בני ברק דערציילט:
ס'איז געווען פרייטאג צונאכטס. מיר זענען אלע געזעצן ארום דעם שבת טיש, און מ'האט שוין געהאלטן נאכן זינגען אלע זמירות און ברכת המזון. די קינדער זענען וואויל אריינגעגאנגען אין שלאף צימער און געווארט צו שפירן די דערפרישנע לופט פון די קילע עירקאנדישן, אבער - גארנישט. ס'האט נישט געארבעט. "טאטי," זענען זיי מיר געקומען דערציילן, "די עירקאנדישן צינדט זיך נישט אן!"
די קינדער זענען געווען זייער מיד, אבער ווער קען איינשלאפן אין א צימער ווי ס'ארבעט נישט קיין עירקאנדישן..? כ'בין צוגעגאנגען צום שבת זייגער, עס באטראכט און געזען אז די עירקאנדישן וואלט זיך שוין געדארפט האבן אנגעצינדן צען מינוט צוריק; א פערטל צו צוועלף. מאדנע, אפשר לויפט דער זייגער שטאט? מיר האבן געווארט נאך אביסל, און דערנאך נאך אביסל. ס'איז שוין געווען צוועלף, האלב נאך צוועלף איז אויך פארביי און די עירקאנדישאן איז נאך געווען אויף וואקאציע. ווען ס'איז שוין געווארן היבש שפעט, האב איך געזאגט פאר די קינדער זיי קענען אריינשלעפן זייערע מאטראצן אין אן אנדערע צימער און זיך דארט לייגן. אן עיקר, זיי זאלן שוין גיין שלאפן. מאמענטאל, איז מיר דאס געווען וויכטיגער פון אלעס.
א שטילקייט האט ארומגענומען דאס הויז. ס'איז געווען איין עירקאנדישן ווייניגער וואס האט געמאכט א גערודער... די רואיגקייט פון שבת קודש איז נישט געווארן צעשטערט, און דערצו האט יעדער געהאט פיינע קילע לופט. דורכאויס דעם גאנץ שבת האבן אלע עירקאנדישנס געארבעט, אויסער די איינס. אויך די לעקטערס האבן זיך געהאט אנגעצינדן אין די ריכטיגע צייט, ברוך ה'. אזוי גייט עס - ווען איין זאך פארט ארויס פון סדר, דערמאנט מען זיך צו דאנקען אויף די איבריגע.
מוצאי שבת האב איך אראפגערוקט דעם שבת זייגער צו 'וואכן' מאד און אנגעצינדן די עירקאנדישן. א רויטע לעמפל האט זיך אנגעצינדן, און... בום! די גאנצע לעקטער אין הויז איז אויסגעגאנגען. אינטערעסאנט. כ'האב צוריק אנגעצינדן די פיוז און דערנאך צוריק אריין אין שלאף צימער, נאכאמאל אנגעצינדן די עירקאנדישן און נאכאמאל - פלוצלינג איז געווארן טונקל.
איך פארשטיי אביסל צו לעקטער, דעריבער האב איך פרובירט צו אליינס לעזן דעם רעטעניש. איך בין צוגעגאנגען צו די פלאג, ארויסגעצויגן די ווייער און געעפנט די אוטלעט. דערביי האט זיך ארויסגעשטעלט אז איינער האט זיך געפאטשקעט פאר שבת דערמיט, זיך געשפילט מיט די ווייערס, און האט אומוועלדיג פארטוישט די 'פאזיטיוו' אויף 'נעגאטיוו'. ווארשיינליך איז דאס געווען א גאסט, וואס האט א וואך פריער געהאט איינגעשטאנען אין דעם צימער פאר אפאר טעג...
נאר דעמאלטס האב איך איינגעזען די וואונדערליכע השגחה פרטית וואס מיר האבן געהאט. ווען די שבת זייגער וואלט געארבעט ווי אנגעשטעלט, וואלט זיך די עירקאנדישן אנגעצינדן פערטל צו צוועלף. און ווען ס'וואלט זיך אנגעצינדן, וואלט פאסירט דאס וואס איז יעצט געשען – די גאנצע לעקטער פון הויז וואלט געגאנגען פייפן! און ס'פעלט נישט אויס צו שילדערן די באדייט דערפון... קיין איין פונקציאנירדע עירקאנדישן אינמיטן די סאמע גרעסטע היץ פון סוף זומער, די גאנצע לעקטער אויסגעשאלטערט, א קאלטע פלאטע, א ווארעמע פרידזשידער און אן אויפגעלאזטע פריזער, און דאס אלעס - שוין פון פרייטאג צונאכטס!
דער אויבערשטער האט אונז אפגעשוינט אזא אומגעוואונטשענע פלאנטער, אונז געשאנקען א רואיגע שבת פול מיט אורה ושמחה, און איבערגעלאזט די פראבלעם אויף מוצאי שבת עס צו קענען רואיג מסדר זיין.
א גוטע וואך.