ביי איינס פון די נסיעות וואס דער הייליגער רבי, ר' אברהם אלימלך פון קארלין זצ"ל הי"ד (יארצייט י"ד חשון) האט אונטערגענומען קיין ארץ ישראל, איז מיטגעפארן אויפן זעלבן שיף א בארימטער דאקטאר; טאקע א איד, אבער נעבעך זייער ווייט פון תורה ומצוות. ווען דער דאקטאר האט אים באמערקט האט זיך אים פארגלוסט צו כאפן א שמועס מיטן רבי'ן, אבער דער רבי איז געווען פארטיפט אין זיינע לימודים.
דער דאקטאר האט געמאכט א חשבון, אז אן אינטערעסאנטע לעקציע איבער מעדיצין וועט מעגליך ציען דעם רבינ'ס אויפמערקזאמקייט. דערביי האט ער געמאלדן אז פינף אזייגער גייט פארקומען א לעקציע איבער די מענטשליכע קערפער. דערצו האט דער דאקטער געזען צו דעם אז די לעקציע זאל פארקומען נאנט וואו דער רבי איז געזעצן.
צו די באשטימטע צייט האט דער דאקטער אנגעהויבן ערקלערן די באשטאנדטיילן פונעם מענטשליכן קערפער: אקסידזשען, קארבאן, היידראדזשען, נייטראדזשען, קאלציום, פאספאר, פאטעסיום, שוועבל, סאדיום, קלארין, מאגנעזיום און אייזן. צום שלוס האט ער אויסגעפירט: "אויב מ'זאל אויסרעכענען די רויע מאטעריאלן פונעם מענטשליכן קערפער און מאכן א סך הכל וויפיל יעדע מאטעריאל באזונדער איז ווערד, וועט אויסקומען אז די קערפער'ס אלע מאטעריאלן אינאיינעם זענען ניטאמאל ווערד איין גאנצע דאלער!"
דער רבי האט ווייטער געלערנט. ער האט גארנישט רעאגירט אויף די ווארשיינליך דראמאטישע ווערטער. דער דאקטאר איז צוגעגאנגען צום רבי'ן און אים דערציילט זיין אויספיר. און דער רבי האט אים געענטפערט:
"יעדעס קינד ווייסט דאס. אייגנטליך שטייט עס שוין אין מחזור: 'אדם יסודו מעפר וסופו לעפר'. אבער האסט אויך גערעדט פון די געטליכע נשמה וואס יעדער איד באזיצט? אויב יא, זאלסטו וויסן אז ס'איז נישטא די פעדער וואס קען באשרייבן וויפיל א אידישע נשמה איז ווערד, און וויפיל הנאה דער אויבערשטער שעפט דערפון!"
דערנאך האט זיך דער רבי פארשלאסן מיטן דאקטאר פאר עטליכע שעה.
וואס זיי האבן דארט גערעדט ווייסט קיינער נישט. דאס יא; ווען דער דאקטאר האט פארלאזט די צימער, איז געווען קענטליך אז ער איז געווארן אינגאנצן אן אנדערער מענטש.
ער האט אנטדעקט אז אין זיין קערפער, וועמענ'ס פיזישע מאטעריאלן טראגן נישט די ווערד פון א קנאפע דאלער, פלאקערט א נשמה וואס איר ווערד איז אומשאצבאר.
שבת שלום ומבורך, פינחס שאפער