רבי ח.ה. פון בארא פארק דערציילט: מיין טאכטער האט זיך געשפילט אין פארק, ווען אויפאמאל האט זי באקומען א שטארקע קלאפ אין האנט. איר גאנצע ארעם איז געווארן פארקרומט, און אפאר ביינער האבן זיך ארויסגערוקט פון פלאץ. געלויבט השי"ת, איז גארנישט געווארן צעבראכן.
פארשטייט זיך אז כ'האב גלייך גערופן הצלה. ווי נאר דער וואלונטיר האט איר באטראכט, האט ער מיר געזאגט איר שנעל אריינטראגן אין שפיטאל וואו ס'זעט אים אויס אז זי וועט דארפן דורכגיין א קאמפליצירטע אפעראציע. כ'האב אים געפאלגט. מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א העכסט שווערע, אומאנגענעמע רייזע מיטן קינד, פאר וועמען יעדע ריר האט געקאסט שרעקליכע יסורים און איר ממש אויפגעשפרינגען פונעם זיץ.
מיר זענען ענדליך אנגעקומען אין שפיטאל, מ'האט איר שוין אפילו אנגעהויבן צו באהאנדלען, אבער דעמאלטס האט מען אונז אינפארמירט אז דער דאקטאר וואס ספעציעליזירט זיך אין די זאכן וועט ערשט אנקומען צופרי. זיי האבן צוגעזאגט איר צו דערווייל פרובירן אויסצוהיילן און זען אויב זיי קענען אליינס צוריק אריינשטעלן די ביינער אין פלאץ. זיי האבן מסביר אז זיי וועלן נוצן א קאמערע אויפן ארעם כדי צוריק אריינצורוקן די ביינער, און כאטש זיי זענען נישט זיכער אויב ס'וועט געלונגען, האפן זיי אויפן בעסטן. דערנאך וועלן זיי ווארטן ביז מארגן, ווען דער דאקטאר וועט באשליסן אויב ס'פעלט אויס צו מאכן אן אפעראציע אדער נישט.
מיין מיידל איז געווארן אריינגעפירט אין באהאנדלונגס צימער, בשעת איך בין פארבליבן אינדרויסן. כ'האב געוואוסט איין זאך: איך האלט נישט ביים ווארטן פאר דעם גרויסן דאקטאר ביז מארגן. וואס עפעס זאל איך האלטן דערביי?! דער גרעסטער ספעציעליסט געפינט זיך דא מיט אונז! דער גרעסטער, בעסטער און שטערקסטער דאקטאר שטייט הארט נעבן מיין טאכטער; אלזא, וועלכער דאקטער קען זיין מער געלונגען און ערפארן ווי אים...?!
כ'האב זיך געשטארקט נאכאמאל און נאכאמאל, אונטערזינגענדיג דעם ניגון 'אין עוד מלבדו'. איך האב זיך מחזק געווען, ביז כ'האב עכט געשפירט די ווערטער. כ'האב זיך אינגאנצן אריינגעלייגט אינעם אויבערשטנ'ס הענט, מיט א ידיעה אז אלעס קומט פון אים.
ס'איז דורך א קורצע צייט, אין לויף וואס די דאקטוירים האבן געארבעט אויף מיין טאכטער'ס ארעם, ווען אויפאמאל זענען זיי ארויסגעקומען און מיר געזאגט: "מיר האבן נאך קיינמאל נישט געזען אזא זאך! אלע ביינער - די גרויסע, די קליינע און אלע 'דזשוינטס' (וואו צוויי גלידער טרעפן זיך צוזאם) - אלעס איז צוריק אריינגעפאלן אין די פונקטליכע פלאץ. דיין טאכטער'ס האנט איז הונדערט פראצענט אקעי, מ'דארף נאר אביסל צואווארטן זי זאל זיך ערהוילן און איר קענט שוין אהיימגיין..."
פארשטייט זיך אז כ'האב זיך שיין באדאנקט פאר די גוטע שליחים, אבער גלייכצייטיג געוואוסט ווער ס'האט זיי געשיקט. ביינער שטעלן זיך נישט אליין צוריק אין פלאץ... דער רופא כל בשר אליינס האט דא באוויזן א מייסטערהאפטיגע ארבעט, און אזוי פונקטליך אלעס צוריק געשטעלט אין פלאץ.
אין עוד מלבדו!