Skip to content
השגחה פרטית

ווען נישט די פאר סעקונדעס...

  • Lech-Lecha
  • 5787
  • Yiddish
View printout

די ווערטער – יעצט, דאנערשטאג ביינאכט! זעט אויס אז טאטי ע"ה האט פון הימל ספעציעל אהערגעשיקט דעם איד!"

כ'בין געווארן מורא'דיג בארירט, זעענדיג ווי איך בין געווען א שליח פון הימל צו טרייסטן און משמח זיין א אלמנה. ס'איז נישט געווען קיין אנדערע וועג וויאזוי צו מסביר זיין וואס ס'האט זיך דא אפגעשפילט. דער רבונו של עולם האט וואונדערליך אויסגעשטעלט א רייע 'טעותים', אלץ כדי מיר אהערצוברענגען כדי צו זאגן די ריכטיגע ווערטער, פאר דעם ריכטיגן מענטש, אין די ריכטיגע צייט. וואס קען זיין גרעסער, ווי טראגן א ספעציעלע שליחות פונעם רופא לשבורי לב.

ווען נישט די פאר סעקונדעס...

דערציילט דורך הגאון הצדיק רבי שלמה זלמן פרידמאן שליט"א, גאב"ד סאנטוב:

ס'איז געווען פאריאר ווינטער, ארום די טעג פון חנוכה. וויליאמסבורג איז געווען פולקאם איינגעהילט אין א ווייסע מאנטל פון פראסט. א שווערע שניי האט זיך אראפגעלאזט פון די הימלישע ראמען און ביסלעכווייז באדעקט די שטאט מיט א גלענציגע, געפארפולע ווייסע טעפיך. ביז נישט לאנג איז די שניי געווארן פארגליווערט, שאפנדיג אן ענדלאזע אויבערפלאך פון אייז. איבריג צו זאגן אז אזא גליטשיגע שיכט שטעלט פאר א גרויסע סכנה, ווי אפילו א קורצע שפאציר אינדרויסן פאדערט צו גיין טריט נאך טריט, שטאט און פארזיכטיגקייט מיט גרויס קאנצענטרירונג, כדי זיך נישט אויסצוגליטשן חלילה.

אבער כאטש מענטשן וועלן געווענליך נישט ארויסגיין פאר קיין איבריגע שפאציר אין אזא וועטער, מאכט זיך צומאל א נויטפאל ווען מ'מוז אונטערנעמען א מסוכנ'דיגע וועג צו די נענסטע גראסערי, אדער כדי אפצוטראגן א קינד צו זיין פלעי-גרופ (גן). נישט יעדע וועג קען ווערן געמאכט מיט א קאר, און זיכער נישט די פאר פיס פון הויז ביזן קאר...

אין איין אזא פארשנייטע טאג, איז די רביצין פון הגה"צ אב"ד 'צמח צדיק' וויזניץ אין וויליאמסבורג, געשטאנען ביים טיר און געוואלט ארויסגיין. א הערליכע בילד האט זיך אנטפלעקט פאר אירע אויגן: אלעס ארום איז געווען ציכטיג און גלאט, ווייס און געפרוירן. אבער ווי שיין ס'איז געווען, איז עס געווען פונקט אזוי געפארפול. כאטש טייל מענטשן האבן געקענט גיין אויף די שניי טראץ די סכנה, האט אבער די רביצין מורא געהאט זיך אריינצולייגן דערין. זי האט געוואוסט, אז אויס פארזיכטיגקייט וועט זי זיך דארפן אנלאנען אויף עפעס, אזוי צו קענען ארויסגיין פארזיכערט פון הויז ביזן סיידוואק, און פון דארט צום גאס.

פון וואו וועט זי טרעפן די הילף? אוודאי, פון הימל! דער וואס האט געשיקט די שניי און באשאפן אזעלכע וואונדערליכע שניי-ברעקלעך, וואס פלאטערן ארום מיט א צויבערהאפטיגע סדר; דער וואס האט געשיקט די פרעסט און האט אויך צוגעגרייט די נויטיגע מיטלען זיך צו היטן דערפון - א ווארעמע היים, א מאנטל, הענטשקעס און א שאל - וועט ער אויך צושיקן איינער איר אריבערצופירן בשלום צו די אנדערע זייט גאס.

די רביצין האט געבעטן א הייסע תפילה פארן אויבערשטן, ער זאל איר העלפן. און געוויס, איר תפילה איז געווארן געענטפערט. א פרוי פון די קהילה איז פונקט דורכגעגאנגען, אינמיטן שטופן א וועגעלע מיט א קליין קינד.

"אנטשולדיגט," האט זיך די רביצין געוואנדן צו איר, "אפשר קענסטו מיר העלפן אריבערגיין צו די אנדערע זייט גאס? אויב וועסט מיר לאזן זיך אנכאפן אין די וועגעלע, בשעת'ן אראפגייען פון די סיידוואק און אריבערגיין די גאס, וועט דאס מיר זיין א גרויסע הילף."

"הארצן גערן, מיט פארגעניגן!" האט איר די פרוי געענטפערט. זי האט זיך אפגעשטעלט, און געהאלפן די רביצין.

א סעקונדע שפעטער האט זיך געהערט א זעץ. ניין, ס'איז נישט געווען קיין אויפרייס; עפעס אנדערש האט איבערגעהאקט די שטילקייט.

דאס בילד וואס זיי האבן געזען, האט זיי געלאזט ווערטערלאז. בלויז געציילטע טריט ווייטער, האט זיך א ריזיגע בוים ארויסגעריסן פון די ערד און הילכיג אראפגעקראכט אויפן סיידוואק מיט א קלינגעדיגע זעץ.

"רביצין!" איז די פרוי געווען אויסער זיך, "איר האט געראטעוועט מיין לעבן! איר האט געראטעוועט דאס לעבן פון מיין קינד! ווען איר וואלט מיר נישט אפגעשטעלט, וואלט איך יעצט געווען פונקט דארט אונטער יענע בוים...!"

אלע אנוועזנדע זענען געווען בארירט. אינספירירט. מיט אזא וואונדערליכע השגחה פרטית, איז די פרוי מיט איר קינד געווארן געראטעוועט פון א שרעקליכע עקסידענט.

ווייל דער זעלבע וואס האט געשיקט די שניי, ווי אויך די הילף זיך צו קענען ספראווען דערמיט – האט אויך געשיקט א ספעציעלע שמירה דערפון.

More in this printout

View the whole printout