הרב מאיר יחיאל הלוי אלשטאק דערציילט:
איך וואוין אין ביתר און פאר יעדן טאג קיין ירושלים. מאנטאג, ח' אלול תשפ"ה, ווען כ'האב אראפשפאצירט די ירושלימ'ע גאסן, האב איך געזען א טרויעריגע מעלדונג: א חשוב'ער איד, רבי משה דוד קליין, איז נפטר געווארן. הייסט אז מיינ'ס א יונגט-פריינד, זיצט יעצט שבעה צווישן דעם נפטר'ס קינדער. אויב אזוי, דארף איך אים גיין מנחם אבל זיין. איך האב זיך פארצייכנט אין קאפ צו גיין צו די שבעה פון די קליין משפחה, און כ'בין ווייטער געגאנגען מיין וועג. א טאג איז געקומען און א טאג איז געגאנגען, נאך א טאג – און די צייכן איז ארויסגעפלויגן פון מיין קאפ.
יעדן דאנערשטאג ביינאכט, פאר איך קיין ירושלים צו לערנען אין א 'חצות כולל'. איך נעם שטענדיג די לעצטע באס פון ביתר קיין ירושלים, און כ'גיי אראפ ביי די סטאנציע אויף רחוב ירמיהו, נאנט צום כולל.
יענע וואך בין איך איינגעשלאפן אויפן באס. ווי נאר כ'האב זיך אויפגעוועקט, האב איך דערזען אז די באס איז פונלאנג דורכגעפארן מיין סטאנציע, כ'האב עס פארפאסט. נישט וועלנדיג פארלירן צייט האב איך שנעל אראפגעשטיגן פון באס, און מיטאמאל זעה איך נאכאמאל די מעלדונג איבער די קליין'ס וואס זיצן שבעה – פונקט אין די געגנט וואו כ'האב זיך דעמאלטס געפונען. נאך א קוק האט מיר אנטפלעקט, אז מארגן צופרי גייען זיי זיך אויפשטעלן פון שבעה. כ'האב געמאכט א שנעלע באשלוס: אויב נישט יעצט, איז קיינמאל נישט! כ'גיי יעצט אהינגיין!
ס'איז שוין געווען איינס אזייגער פארטאגס. צוערשט האב איך געקלערט אז ס'האט נישט קיין זין אהינצוגיין; אפילו אויב די טיר פון הויז איז נאך אפן פאר באזוכער, וועל איך בלויז מטריח זיין די אבלים ביים אהינקומען אין אזא שפעטע שעה. אבער נאך אביסל טראכטן האב איך זיך בארעכנט, אז מיין גאנצע איינשלאפן און זיך דערנאך אויפוועקן פונקט דא וואו די קליין'ס זיצן שבעה, איז מעגליך א סימן פון הימל אז יעצט איז מיין תפקיד אהינצוגיין. דערביי האב איך באשלאסן צו צוגיין צום הויז און פרובירן מיין מזל. אויב כ'וועל זען אז מענטשן גייען נאך דארט אריין, וועל איך אויך אריינגיין.
כ'בין אנגעקומען צו די דירה. די טיר איז געווען פארמאכט. כ'בין געשטאנען ביים טיר און אנגעהויבן טראכטן וואס צו
די ווערטער – יעצט, דאנערשטאג ביינאכט! זעט אויס אז טאטי ע"ה האט פון הימל ספעציעל אהערגעשיקט דעם איד!"
כ'בין געווארן מורא'דיג בארירט, זעענדיג ווי איך בין געווען א שליח פון הימל צו טרייסטן און משמח זיין א אלמנה. ס'איז נישט געווען קיין אנדערע וועג וויאזוי צו מסביר זיין וואס ס'האט זיך דא אפגעשפילט. דער רבונו של עולם האט וואונדערליך אויסגעשטעלט א רייע 'טעותים', אלץ כדי מיר אהערצוברענגען כדי צו זאגן די ריכטיגע ווערטער, פאר דעם ריכטיגן מענטש, אין די ריכטיגע צייט. וואס קען זיין גרעסער, ווי טראגן א ספעציעלע שליחות פונעם רופא לשבורי לב.