הרה”ח ר’ דוד קלצקין שליט”א
שלמה המלך, דער חכם מכל אדם, ערקלערט אונז אין ספר קהלת (ט, י"א) אלעס וואס ער האט צוגעזען "תחת השמש". "תחת השמש" מיינט די גאנצע גשמיות'דיגע מציאות פון די דאזיגע וועלט.
וואס האט שלמה, דער חכם מכל אדם, געזען? זייער אן אינטערעסאנטע זאך: אז די וואס קענען שנעל לויפן געווינען נישט אלעמאל דעם פארמעסט; שטארקע לייט קומען נישט אייביג ארויס זיגרייך פון קריג; און אפילו קלוגע מענטשן האבן נישט שטענדיג ברויט צו עסן.
געווענליך זאגט די וועלט: "ער איז א קעמפער! ער איז א העלד! ער וועט זיכער מצליח זיין אין יעדע שלאכט!" אבער ניין, ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז נאר די שטארקע און מאכטפולע געווינען.
שלמה המלך פירט ווייטער אויס: קלוגע מענטשן, די וואס קענען ארבעטן – למשל א מענטש וואס פארמאגט א פאבריק פאר צענדליגער יארן, ער הארעוועט פון פארטאגס ביז שפעט ביינאכט, און פילט ביי זיך: "איך, און נאר איך, מיט מיינע אייגענע צען פינגער האב דאס אלעס אויפגעבויט און דערגרייכט; קוק נאר וואס איך האב באוויזן, איך האב זיך קלוגערהייט אפגעשפארט געלט און פארזיכערט מיין צוקונפט."
פלוצלינג, ביי די פופציג, זעכציג, אדער אפילו זיבעציג יאר, הייבט מען אן צו הערן אנדערע ניגונים: א מיליאן דאלאר איז "געגאנגען" דא, טויזנטער דאלארן זענען גע'גנב'עט געווארן דארט, דער אינוועסטמענט האט אנגעזעצט און יענע פראיעקט האט געהאט גרויסע פארלוסטן. האסט טאקע געהארעוועט פאר די אלע יארן, נאר כדי זאלסט צום סוף אפילו נישט האבן קיין ברויט צו עסן?!
דאס איז די גרעסטע באווייז, אז א מענטש דארף אלץ צוקומען צו הילף פון א צווייטן. ס'איז קלאר אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אדער אנלאנען אויף קיינער פון די דערמאנטע זאכן: נישט אויף כח און נישט אויף קלוגשאפט. אויף וואס יא? שלמה המלך נעמט דעם ענטפער פון זיין טאטע דוד המלך, וואס זאגט אין תהלים (ל"ד, י"א) אז אויך יונגע לייבן קענען הונגערן און זיין אין נויט, אבער ווער ס'זוכט דעם באשעפער וועט גארנישט פעלן.
א יונגער לייב אין די ערשטע תקופה פון זיין לעבן, שפירט זיך ווי די גליקליכסטע באשעפעניש אין די וועלט. ער איז געווארן אריינגעבוירן צו א מיוחס'דיגע פאמיליע, זיין טאטע איז דער מלך און זיין מאמע די מלכה, ער הערשט איבער אלע איינוואוינער פון וואלד און ער לאכט פון יעדן.
אבער ביי אן ערוואקסענער לייב איז גאר פארקערט; ער קען ארומוואנדערן ארעמערהייט און זיין הונגעריג. ער קען דאך נישט עסן קיין טאמאטעס אדער די אנדערע גרינצייג וואס ער טרעפט אן אין וואלד; ער דארף א שעפעלע אדער א ציג צו פארציקן און אזוי זיין זאט פאר די קומענדיגע דריי טעג.
אלע בהמות בייגן די קעפ און עסן וואס אומער זייערע אויגן געפונען, אבער דער לייב האט נשיט די פריוועליגע. ער דארף האבן צענדליגע פונט פון פלייש כדי צו זיין זאט, און ווילאנג ער באקומט דאס נישט, גייט ער נעבעך הונגעריג.
ווידעראום פאר די וואס זוכן דעם אויבערשטן, אנדערש ווי דעם לייב, פעלט גארנישט אין לעבן. א מענטש וואס פארלאזט זיך אויפן באשעפער און קוקט ארויס צו אים – פעלט נישט קיין שום גוטס. ס'מיינט נישט אז ער האט א לוקסעריעזע צען-צימערדיגע ווילא; נישט דאס האט דוד המלך געמיינט. די אמת'ע באדייט איז אז ער לעבט מיט א מונטערע געפיל אז ער האט אלעס וואס ער דארף. ער איז רואיג. ער דארף נישט ארומלויפן זוכן עסן. ער איז נישט קיין נעבעכדיגער ארעמאן.