וַיְהִי הַשֶּׁמֶשׁ בָּאָה וַעֲלָטָה הָיָה וְהִנֵּה תַנּוּר עָשָׁן וְלַפִּיד אֵשׁ (טו, יז).
דער מדרש (ב"ר לך מד, כא) זאגט: ד' דברים הראה לו: גיהנם ומלכיות ומתן תורה ובית המקדש. א"ל: כל זמן שבניך עסוקין בשתים הן ניצולין משתים; פרשו משתים הן נדונין בשתים. ירד בית המקדש יחרב וכו'. במה אתה רוצה שירדו בניך? בגיהנם או במלכיות? ר' חנינא בר פפא אמר: אברהם ברר לו את המלכיות. ר' אחא בר חנינא אמר: אברהם ברר גיהנם והקב"ה ברר לו את המלכיות.
מען דארף פארשטיין: פארוואס האט דער באשעפער געוואלט אז אברהם אליינס זאל אויסקלויבן וואס ער וויל? בפרט איז שווער לויט די שיטה אז אברהם האט לכתחילה אויסגעוועלט גיהנם און דער אויבערשטער האט אים צוגערעדט אז ער זאל ענדערש נעמען שיעבוד מלכיות; אויב דער בורא כל עולמים האט געוואוסט אז מלכיות איז בעסער, האט ער עס אליינס געקענט טון, פארוואס האט ער לכתחילה געפרעגט פון אברהם?!
דער נזר הקודש וויל ענטפערן אז וויבאלד דער באשעפער האט שוין געגעבן ארץ ישראל פאר אברהם אבינו במתנה אן קיין שום תנאי, און יעצט האט ער געוואלט צולייגן א תנאי אז טאמער וועט מען זיך נישט אויפפירן ערליך וועט דארפן זיין 'שיעבוד מלכיות' אנשטאט גיהנם, דעריבער האט ער אים געדארפט פרעגן אז ער זאל מוותר זיין אויף די מתנה.
אבער עס איז נאך אלץ שווער, ווייל אויב האט ער אים געדארפט בעטן אז ער זאל מוחל זיין אויף די מתנה פון ארץ ישראל, וואלט ער אים לכתחילה געדארפט זאגן אז עס איז פאר די טובה פון זיינע קינדער אז ער זאל מוותר זיין אויף ארץ ישראל און מסכים זיין צו שיעבוד מלכיות, אבער מען זעט דאך אין מדרש אז אפילו נאך די שאלה האט נאך אלץ אברהם אויסגעוועלט גיהנם און נישט מוחל געווען אויף די מתנה פון ארץ ישראל, און דאך האט דער אויבערשטער געזאגט אז ער גיבט זיי ענדערש שיעבוד מלכיות און נישט גיהנם!?
מען קען ענטפערן מיט דעם וואס דער זיידע ז"ל דער ישמח משה אין תפלה למשה אויפ'ן פסוק (קמ"ג, י) לַמְּדֵנִי לַעֲשׂוֹת רְצוֹנֶךָ כִּי אַתָּה אֱלוֹהָי רוּחֲךָ טוֹבָה תַּנְחֵנִי בְּאֶרֶץ מִישׁוֹר, זאגט אז אן ערליכער איד דארף גרייט זיין צו דינען דעם הייליגן באשעפער אויף אזוי ווייט, אז אפילו אויב וועט מען באקומען אן עונש פון גיהנם אויף קיום המצוות, וועט ער נאך אלץ טון די מצות מיט א געוואלדיגע חשק און שמחה כדי צו טון דעם רצון ה'. נאר וואס דען? איינס פון די י"ג עיקרים איז אז עס איז דא שכר פאר עושי רצונו און אן עונש פאר עוברי רצונו, אבער דאך דארף מען טראכטן אז אפילו ווען נישט וואלט מען עס ווען אויך געטון.
יעצט אברהם אבינו איז דאך אודאי געווען ביי אט דער הויכע בחינה אז ער איז גרייט געווען אפילו צו ליידן גיהנם פאר'ן דינען דעם אויבערשטן, דעריבער האט ער ענדערש אויסגעוועלט גיהנם ווי איידער אויפצוגעבן אויף די מצות התלויות בארץ וואס מען קען מקיים זיין אין ארץ ישראל, און אויך אלע אנדערע מצוות איז די עיקר פון איר קיום אין ארץ ישראל, אבער דער אויבערשטער האט אים געזאגט אז ער וויל נישט אזוי, נאר ער וויל יא געבן שכר פאר די עושי רצונו און ער וויל אז אידן זאלן אפקומען אויף זייערע חטאים אין גלות און זיך פטר'ן פונעם שווערן עונש פון גיהנם.
איי פארוואס האט ער אים געפרעגט קודם וואס ער וויל? קען זיין אז דער אויבערשטער האט געוואלט ווייזן די צידקות פון אברהם אבינו און עס זאל זיך ארויסצייגן אז אברהם איז גרייט אפילו צו גיין אין גיהנם פאר'ן טון דעם רצון ה' און ליידן אלע יסורים, ווייל זיין עיקר חשק און רצון איז גארנישט פאר זיין אייגענע טובה נאר צו מאכן א נחת רוח פאר'ן בורא כל עולמים.
(ויואל משה מאמר ב סימן קיג)