וַיְהִי רָעָב בָּאָרֶץ וַיֵּרֶד אַבְרָם מִצְרַיְמָה (יב, י).
רש"י הק' ברענגט אז דאס איז געווען איינס פון די נסיונות פון אברהם אבינו. דער בורא כל עולמים האט אים געשיקט קיין ארץ ישראל, און יעצט ווען ער איז אנגעקומען איז געקומען א הונגער און ער האט געמוזט אוועקגיין, איז אברהם אבינו נתנסה געווארן צי ער וועט חלילה מהרהר זיין אויפ'ן אויבערשטן.
לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס דאס הייסט א נסיון; דאס אז ער איז אוועקגעגאנגען פון ארץ ישראל האט ער דאך נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, עס איז דאך געווען א רעב! און נאכדעם, וואס איז די רבותא אז ער האט נישט מהרהר געווען; ביי די מסעות אין מדבר איז דאך אויך אזוי געווען אז דער באשעפער האט זיי געמאכט ציען פון איין פלאץ צום צווייטן, נו, אפשר איז דאס געווען דער רצון הבורא אז ער זאל קודם קומען אויף ארץ ישראל און נאכדעם גיין ווייטער!?
נאר עס שטייט אין נועם אלימלך (באגרות) אז די סיבה פארוואס אברהם האט געדארפט אוועקגיין פון ארץ ישראל איז געווען ווייל מען האט אים בארעדט דארט אז ער איז א 'מין' און צוליב אים איז געקומען דער הונגער, און דעריבער האט געמוזט אוועק, ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין דעם 'דיבת רבים'. (עס זעט אויס פון זיינע ווערטער אז עס איז פון א מדרש.)
דער רמב"ם ברענגט אויך (ספר המורה ח"ג, כט) אז ער האט געזען אין זייערע ביכער אז דער מלך דארט האט אים פארשיקט, ווייל ער האט געזען אז ער איז א שטער פאר זייער 'אמונה'. די עבודה זרה'ס זענען דאך געווען זייער אמונה, און אברהם האט עס אפגעלייקנט, דעריבער האט אים דער מלך פארשיקט. פאר די זעלבע סיבה האט מען דאך אים אויך געווארפן אין קאלעך-אויוון, ווייל ער האט כופר געווען אין זייער אמונה און מען האט אים דן געווען לא עלינו למיתה.
יעצט איז אזוי, אברהם אבינו האט דאך מפרסם געווען די אמת'ע אמונה אויף דער וועלט; ער האט אריינגעברענגט אסאך מענטשן תחת כנפי השכינה, ווי דער תרגום זאגט אויף וְאֶת הַנֶּפֶשׁ אֲשֶׁר עָשׂוּ בְחָרָן (יב, ה) "ודשעבידו לאורייתא", ער האט געלערנט תורה מיט זיין דור, און יעצט אז מען האט געשריגן אז ער איז א מין און צוליב אים איז געקומען דער הונגער איז געווארן א גרויסער בלבול הדעת, מען האט געזאגט "עטס זעטס דאך אז נמרוד איז געווען גערעכט". עס איז נישט געווען וואס צו ענטפערן, און אפילו די וואס האבן אנגעהויבן גלייבן אין אים זענען אויך געווארן צומישט.
דאס איז געווען דער נסיון פאר אברהם אז צוליב דעם הונגער איז פארקלענערט געווארן זיין השפעה און ער האט שוין נישט געקענט מפרסם זיין די אמונה אינעם בורא כל עולמים ווי פריער, אבער טראצדעם אלעם האט אברהם נישט משנה געווען זיין שיטה און אפילו במחשבה האט ער נישט מהרהר געווען אויף זיין דעה, נאר ער האט ווייטער געשריגן אז עס איז דא איין באשעפער אויף דער גאנצער וועלט, און אלע עבודה זרה'ס זענען הבל הבלים.
דערמיט האט זיך קלאר ארויסגעוויזן די צדקות פון אברהם אבינו און זיין אהבת ה' אז אפילו ער האט געליטן פון אזעלכע ביטערע בזיונות און רדיפות, און הגם ער האט פארלוירן זיין השפעה און זיין עיקר רצון איז דאך געווען צו מרבה זיין כבוד שמים, דאך האט ער גארנישט מהרהר געווען חלילה, נאר ער האט זיך געשטארקט נאך מער צו פארשפרייטן דעם אויבערשטנ'ס נאמען און נישט קוקן אויף גארנישט.
(ס"ג לך לך תשכ"ח)