Skip to content
ליקוטי אור

לשון רבינו

  • Lech-Lecha
  • 5787
  • Yiddish
View printout

שטייט אין נועם אלימלך אין אגרת, אזוי ווי אברהם אבינו איז געקומען [קיין ארץ ישראל] איז געווארן א דיבת רבים, אז דער מין איז געקומען האט ער געברענגט א רעב, האט ער נישט געקענט סובל זיין דעם דיבת רבים האט ער געמוזט אוועקגיין פון דא דורכן רעב. מסתמא שטייט עס ערגיץ אין א מדרש, אזוי זעהט אויס פון די לשונות.

דער רמב"ם ברענגט דאך אין ספר המורה (ח"ג פכ"ט), אז ער האט געזעהן אין זייערע ביכער אז דער מלך דארטן האט אים פארשיקט פונעם לאנד, ווייל ער האט געזעהן אז ער איז געפערליך פאר דער אמונה, ביי זיי איז דאך די עבודה זרה געווען די אמונה און ער האט אין דעם מכחיש געווען, האט ער פארדעם אוועקגעשיקט, דאס איז דאך אויך געווען דער טעם פארוואס מען האט אים געווארפן אין אור כשדים, ווייל ביי זיי איז דאס געווען די אמונה און ער האט כופר געווען אין דער אמונה האט מען אים דן געווען פאר א מחוייב מיתה לא עלינו.

זיי ברענגען דאך – דער רמ"ה שרייבט – און די אלע וואס שרייבן בימי ש"ץ [דער משיח שקר שבתי צבי ימ"ש], ווער עס האט דעמאלטס נישט געגלייבט אין ש"ץ האבן זיי דן געווען פאר א מחייב מיתה, עס איז טאקע נהרג געווארן נפשות באותו הזמן.

ממילא איז געווארן א גרויסער בלבול הדעת, ער [אברהם אבינו] האט דארט געשריגן 'נאר איין באשעפער איז דא אויף דער וועלט' און אלעס קומט נאר פון דארט, און די עבודה זרה איז גארנישט, 'הבל הבלים אין בו ממש', און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז געקומען האט ער געברענגט א הונגער, און עס איז נישט געווען קיין 'פתחון פה למיחלים', עס איז נישט געווען וואס צו ענטפערן איז דאך געווארן א גרויסע מהומה א גרויסער טירוף הדעת, אפילו די וואס האבן אים אנגעהויבן צו גלייבן זענען אויך געווארן נבוך בדעתם.

איבערדעם שטייט 'ויהי רעב בארץ' שטייט אין מדרש (רבה מ ב) ריב"ל אמר 'טרף נתן ליראיו' טירוף נתן ליראיו, דורכדעם ווייל עס איז געווען א רעב אויף לחם איז געווארן א טירוף הדעת, אז מען האט געשריגן עטץ זעהטס אז נמרוד איז גערעכט, דער מין האט געברענגט דא א רעב, איז געווארן א בלבול הדעת, איז שוין געווארן דיעות חלוקות, איז שוין געווארן א 'רעב לשמוע דבר ה''.

(לשון נובע מדברות קודש ס"ג לך לך תשכ"ח)

~

דער רמב"ן זאגט (בראשית ה א) רבי שרירא גאון האט געזאגט, אז מ'קען דערקענען אין די שרטוטין פון א מענטש אויפן פנים וואסערע כוחות עס ליגט אלץ אין אים, און צו וואס ער איז ראוי, דער בורא כל עולמים האט דאס געגעבן פאר אדם הראשון, אין אדם הראשון איז געליגן די כוחות פון אלע מענטשן, ער איז דאך געווען דער מקור, און אויף אים אליין – אויף זיין פנים – זענען זיי געליגן, אין זיינע שרטוטין איז געליגן אלע כוחות וואס עס וועט זיין אויף דער וועלט, די חכמים האבן עס איבערגעגעבן – מוסר געווען איינער פארן אנדערן, זאגט אבער דארט דער רמב"ן 'אונז האמיר עס שוין נישט', אזוי זאגט דער רמב"ן בימיו.

(לשון נובע מדברות קודש ס"ג לך לך תשכ"ד)

More in this printout

View the whole printout