צדיקים דארפן נישט קיין פארמעגנס בעולם הזה, נאר כדי צו קענען מקיים זיין מצוות
- Lech-Lecha
- 5787
- Yiddish
ג. צדיקים דארפן נישט קיין פארמעגנס בעולם הזה, נאר כדי צו קענען מקיים זיין מצוות
וְאַבְרָם כָּבֵד מְאֹד בַּמִּקְנֶה בַּכֶּסֶף וּבַזָּהָב (יג, ב).
מען דארף פארשטיין די כונה פונעם ווארט "כבד". די מפרשים (אבן עזרא וספורנו) זענען מפרש אז צוליב זיין גרויסע עשירות און פילע פארמעגנס איז אים "שווער" געווען דאס גיין, און ער האט געדארפט גיין צושטייטלעך.
מען קען אבער מפרש זיין אביסל אנדערש, אז אברהם אבינו – צוליב זיין געוואלדיגע קדושה וואס ער האט אלעמאל עוסק געווען בלויז אין רוחניות'דיגע ענינים – האט נישט געהאט קיין שום גלוסטעניש און הנאה צו גשמיות'דיגע פארמעגנס און דעריבער איז אים דאס גאנצע עשירות געווען לעול ולמשא, דאס איז פשט אז עס איז אים געווען "שווער".
אבער דאך האט ער זיך אפגעגעבן מיט די פארמעגן, כדי צו מאכן א פועל דמיוני פאר זיינע קינדער, וואס אויך זיי וועלן זוכה זיין צו א רכוש גדול ביי יציאת מצרים (בראשית רבה מ, ו), און זיי וועלן זיך נויטיגן אין דעם רכוש כדי צו קענען מקיים זיין תורה ומצוות.
(דרשה מוצש