א - דער עיקר נסיון פון אברהם איז געווען אויף 'שמחה', און פארוואס עס שטייט נישט אין די תורה א ציווי אויף שמחה
וַיֹּאמֶר ה' אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַרְאֶךָּ (יב, א).
רש"י הק' זאגט: 'להנאתך ולטובתך'. מען קען זאגן א רמז אין די ווערטער פון רש"י איבער דער נסיון פון אברהם אבינו, ווייל באמת דאס עצם פארלאזן זיין טאטנ'ס הויז און זיין געבורט-ארט איז נאכנישט אזא גרויסער חידוש, ווייל אפילו א פשוט'ער מענטש וואלט עס געטון בפרט אז דער באשעפער אליינס באווייזט זיך צו אים און הייסט אים גיין. נאר דער עיקר נסיון – שטייט אין די ספרים הק' – איז געווען אז ער זאל עס טון מיט אן אמת'ע שמחה.
כאטש אנדערע מענטשן וואלטן אויך געפאלגט דעם אויבערשטן, וואלטן זיי אבער געהאט א גרויסער צער דערפון, ווייל למעשה איז עס זייער א שווערער זאך צו טון און נישט יעדער מענטש קען קאנטראלירן זיינע הרגשים, אבער אברהם אבינו האט זיך געפריידט מיט אן אויסטערלישע שמחה צו מקיים זיין דעם רצון ה', און ער האט בכלל נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן און צער פון איבערלאזן זיין וואוינארט, און עס איז געווען ממש ווי זיין אייגענע 'הנאה' און 'טובה', ווייל זיין איינציגסטע הנאה אויף דער וועלט איז געווען צו טון דעם רצון הבורא ב"ה.
מיר ווייסן אז דער עיקר שלימות פון א מצוה איז עס צו טון בשמחה, ווי דער אריז"ל האט מגלה געווען אז ער איז בלויז צוגעקומען צו זיינע געוואלדיגע מדריגות דורך 'שמחה של מצוה', אבער לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס עס שטייט נישט אין ערגעץ אין די תורה א ציווי אויף 'שמחה'? מיר טרעפן בלויז אן עונש: תַּחַת אֲשֶׁר לֹא עָבַדְתָּ אֶת ה' אֱלֹהֶיךָ בְּשִׂמְחָה וּבְטוּב לֵבָב (דברים כח, מז), אבער עס שטייט נישט אין ערגעץ קיין 'אזהרה' אויף שמחה.
נאר עס קען זיין די סיבה; ווייל שמחה של מצוה איז זייער א גרויסע מדריגה און א שווערע עבודה און נישט יעדער מענטש קען אזוי גרינג זוכה זיין דערצו, און עס איז באקאנט דער טעם פון "גדול המצווה ועושה ממי שאינו מצווה ועושה", וויבאלד דער יצר הרע איז זיך מתגבר ביי אזא זאך וואס מען איז מצווה, ממילא האט דער אויבערשטער נישט געוואלט מאכן קיין ציווי אויף 'שמחה' וויבאלד וואס וואלט עס געווען א מצוה וואלט געווען אזא שטארקע התגברות היצר אז עס וואלט געווארן אוממעגליך צוצוקומען דערצו.
אבער אברהם אבינו ע"ה איז אויסגעפרואווט געווארן אויך ביי דעם, און דער אויבערשטער האט אים מצוה געווען אז ער זאל מקיים זיין דעם נסיון פון "לך לך" מיט א שמחה, און ער זאל עס טון מיט אזא שמחה און שלימות אז ער זאל ממש שפירן אז עס איז "להנאתך ולטובתך", און דאס איז טאקע געווען דער עיקר נסיון אין וואס אברהם אבינו האט זוכה געווען עומד צו זיין.
(מכתי"ק, נדפס בדברי יואל)
ב - יעדער מענטש האט זיין עבודה אויף דער וועלט לויט זיין שורש נשמה
דער רמב"ם אין הל' עבודה זרה (פרק א') לייגט אראפ וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן עבודה זרה'ס אויף דער וועלט בימי אנוש, אז קודם האבן זיי נאך געגלייבט אינעם באשעפער נאר זיי האבן געהאלטן אז דער רצון ה' איז אז מען זאל דינען צו זיינע משרתים, די כוכבים ומזלות, און אזוי האט זיך עס דערקייקלט ביז צוביסלעך איז פארגעסן געווארן דעם אויבערשטנ'ס נאמען, און מען האט נאר געדינט די עבודה זרה'ס און געשטאלטן וואס זיי האבן זיך געמאכט. ביז עס איז געקומען אברהם אבינו און ער האט צעבראכן די צלמים; ער האט מודיע געווען פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא נאר איין באשעפער און די אלע עבודה זרה'ס זענען הבל הבלים.
דער ראב"ד פרעגט אויפ'ן רמב"ם אז לכאורה איז דאך געווען שם ועבר, פארוואס האבן זיי נישט מפרסם געווען דעם אויבערשטנ'ס נאמען? ער פרובירט צו פארענטפערן אז אפשר האבן זיך די עובדי עבודה זרה באהאלטן פון זיי, עס איז נישט געווען אויף זייער פלאץ, און עס איז זיי נישט אויסגעקומען צו צעברעכן די צלמים ביז אברהם אבינו איז געקומען און צעבראכן זיין טאטענ'ס געטשקעס.
דער כסף משנה און דער מגדל עוז פרעגן שוין שטארק דערויף; וואס הייסט באהאלטן? עס איז דאך געווען נמרוד וואס איז געווען בפרהסיא און עס איז גאר געווען א גזירת מלך – און ער האט אפילו אריינגעווארפן אברהם אין כבשן האש!? זיי ענטפערן דארט חילוקים, אבער עס איז דאך שווער צו פארשטיין.
נאר מען קען ענטפערן אז עס איז דא א כלל גדול: "אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו" (יומא לח:), יעדער צדיק כפי שורש נשמתו דינט דעם באשעפער אויף זיין דרך, מיט זיין עבודה צוליב וואס ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט. פאר א צווייטן פאלט נישט איין וואס פאר אים איז בייגעפאלן, ווייל ער איז נישט געקומען אויף דער וועלט צוליב דעם.
די גמרא (ב"מ פה:) זאגט אז שמואל האט געזאגט צו רבי: חזי לי בספרא דאדם קדמאה שמואל ירחינאה חכם יתקרי ואסי יתקרי - ער האט געזען אינעם ספר פון אדם הראשון אז שמואל וועט זיין דער דאקטער פון רבי. משה רבינו האט געוואלט בויען דעם משכן, האט אים דער בורא כל עולמים געוויזן 'ספרא דאדם קדמאה' וואו עס איז געשטאנען אז בצלאל דארף עס מאכן. יעדער האט זיין חלק כפי שורש נשמתו, וואס אויף דעם זאגט מען "ותן חלקנו בתורתך".
דעריבער איז נישט קיין קשיא פארוואס שם ועבר האבן נישט געטון וואס אברהם האט געטון, ווייל עס איז נישט געווען פון זייער שורש נשמה און זיי האבן געהאט אן אנדערן מהלך.
(ס"ג לך לך תשכ"ח)