אִמְרִי נָא אֲחֹתִי אָתְּ לְמַעַן יִיטַב לִי בַעֲבוּרֵךְ וְחָיְתָה נַפְשִׁי בִּגְלָלֵךְ (יב, יג).
עס איז דא א מדרש פליאה (הובא בכתב סופר): מכאן ששוחטים לחולה בשבת – פון דעם פסוק לערנט מען ארויס אז מען מעג שחט'ן פאר א חולה אום שבת. וואס איז פשט פון דעם מדרש?
עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (או"ח סימן שכח סי"ד): אויב איז דא א חולה שיש בו סכנה וואס דארף האבן פלייש צו עסן, מעג מען שבת שחט'ן א בהמה פאר אים, ווי איידער אים צו געבן צו עסן פלייש פון א נבילה.
ברענגט דער טורי זהב (סק"ו) א טעם בשם דעם רא"ש (יומא פ"ח סימן יד), ווייל אויב מען וועט אים געבן צו עסן נבילה, אפשר וועט זיך דער חולה פאר'מיאוס'ן דערפון און עס וועט קומען צו א סכנה, מה שאין כן ווען ער עסט כשר-גע'שחט'ענע פלייש איז עס נישט פאר'מיאוס'ט ביי אים.
מען דארף אבער נאך אלץ פארשטיין: פארוואס טאקע וועט זיך דער חולה ענדערש פאר'מיאוס'ן פון בשר נבילה, וואס איז א לאו אין דער תורה, מער פון פלייש וואס איז גע'שחט'ן געווארן אום שבת, וואס איז פונקט אזוי אן איסור דאורייתא?!
מען קען ענטפערן אז ביי נבילה טוט דער חולה 'אליינס' דעם איסור בשעת'ן עסן, דעריבער פאר'מיאוס'ט ער זיך. ווידעראום ווען ער עסט כשר'ע פלייש וואס א 'צווייטער' האט גע'שחט'ן טוט ער נישט אליינס דעם איסור, און דעריבער וועט ער זיך נישט פאר'מיאוס'ן.
מיט דעם קען מען מסביר זיין וואס אברהם אבינו האט געזאגט צו שרה (יב, יב-יג): וְהָיָה כִּי יִרְאוּ אֹתָךְ הַמִּצְרִים וְאָמְרוּ אִשְׁתּוֹ זֹאת וְהָרְגוּ אֹתִי וְאֹתָךְ יְחַיּוּ. אִמְרִי נָא אֲחֹתִי אָתְּ לְמַעַן יִיטַב לִי בַעֲבוּרֵךְ וְחָיְתָה נַפְשִׁי בִּגְלָלֵךְ. די בעלי התוספות פרעגן שוין (שם יא): פארוואס האט אברהם אבינו מער מורא געהאט אז זיי וועלן אים הרג'ענען, כדי זיי זאלן נישט עובר זיין אויף אן איסור אשת איש; א בן נח איז דאך מצווה אויפ'ן איסור פון רציחה פונקט ווי אויף עריות (סנהדרין נו:), אויב אזוי פארוואס וואלטן זיי אים ענדערש גע'הרג'עט?!
אבער לויט ווי מיר האבן פריער געזאגט פארשטייט מען עס שוין. ווייל דער רמב"ן (שם) שרייבט אז דער עיקר האט ער מורא געהאט פונעם קעניג, ווייל דער סדר איז געווען אז מען פלעגט ברענגען די שענסטע פרוי צום מלך (עיי"ש). קומט אויס אז דער איסור אשת איש וואלט דער קעניג אליינס געדארפט עובר זיין, און דעריבער וואלט עס געווען הארב אין זיינע אויגן און ער וואלט עס נישט געוואלט טון ווילאנג דער מאן לעבט נאך. אבער דער איסור פון שפיכות דמים וואלט נישט דער קעניג אליינס געטון, נאר ער וואלט געהייסן זיינע באדינער זאלן אים הרג'ענען, וואס דאס איז נישט אזוי הארב אין זיינע אויגן, ווייל א צווייטער טוט עס. דעריבער האט אברהם אבינו מורא געהאט אז זיי וועלן אים הרג'ענען.
יעצט פארשטייט מען שוין דעם מדרש פליאה. דער פסוק זאגט: אִמְרִי נָא אֲחֹתִי אָתְּ לְמַעַן יִיטַב לִי בַעֲבוּרֵךְ וְחָיְתָה נַפְשִׁי בִּגְלָלֵךְ, זעט מען אז עס איז גרינגער אין די אויגן פון א מענטש ווען אנדערע טוען אן איסור צוליב אים, ווי איידער ער אליינס זאל עס טון. אויף דעם פירט אויס דער מדרש: מכאן ששוחטים לחולה בשבת – פון דא לערנט מען ארויס אז מען זאל ענדערש שחט'ן פאר א חולה אום שבת ווי איידער אים צו געבן נבילה. ווייל אויב עסט ער נבילה וועט ער אליינס טון דעם איסור, און עס איז דא א חשש אז ער וועט זיך פאר'מיאוס'ן און עס וועט קומען צו א סכנה, מה שאין כן ווען אנדערע שחט'ן האט מען נישט מורא אז ער וועט זיך פאר'מיאוס'ן דערפון.
(חידושי סוגיות איסור דעד אחד נאמן באיסורין אות יח, חורף שנת תשכ"ח)