דער כלל ישראל ברויך האבן אן אות מען זאל וויסן ווען מעג מען עס ירש'נען
- Lech-Lecha
- 5787
- Yiddish
אור הקודש
ויָאַמֵר, ה' א לקים בַמה א דֲע כי שיטה פון דברי חכמינו ז"ל, אז ער האט געבעטן אן אות אויף 'ירושת הארץ'. לכאורה פארוואס אויף 'בשורת הבנים' האט ער נישט געבעטן קיין אות און אויף 'ירושת הארץ' האט ער יא געבעטן אן אות. ב] בכלל איז עפעס א פלא ער האט געבעטן אן אות פונעם בורא כל עולמים. ג] און לכאורה וואס איז דער אות, א מראות הנבואה, דאס גאנצע [ביז יעצט] איז דאך אויך נאר געווען א מראות הנבואה, וואס איז [מער] דער אות.
נאך א פשט זאגט רש"י, און דאס זעלבע אין דברי חכמינו ז"ל (תענית כז, ב), אז ער האט נישט געבעטן קיין אות, ער האט געגלייבט, ער האט נאר געפרעגט 'באיזה זכות', האט אים דער בורא כל עולמים געענטפערט אין זכות פון די 'קרבנות' קחה לי עגלה משְולשת וָאיל משְולש (טו ט). [לכאורה] שטעלט זיך עס נישט גוט אריין אין לשון 'במה אדע', וואס ברויך ער צו וויסן, ער דארף פרעגן 'במה אירשנה', 'באיזה זכות'. ב] און דאס גאנצע ברויך מען פארשטיין, ער האט געפרעגט דעם באשעפער א שאלה באיזה זכות, ער האט געפרעגט דעם בורא כל עולמים קשיות, הקב"ה ווייסט פארוואס, א-ל דעות ה', ער ווייסט דאך יעדן וואס עס קומט אים, אז דער בורא כל עולמים האט אים צוגעזאגט האט ער געדארפט וויסן אז עס וועט אוודאי זיין, דער בורא כל עולמים ווייסט שוין וואס פאר א זכות, וואס פרעגט ער עפעס באיזה זכות. ג] און נאכדעם שטייט דאך נאך א 'לאנגע מעשה' ויבתֵר אְותם בתְוך איֵרשַנה (טו ח), גייט רש"י דעם ערשטן פשט מיט דער וָאת הְצְפְוֵר לָא בתֵר, ו יֵר ד הֲעי ט וכְו' וישב אְותם אבֵרם (טו י – יא), אז דאס גייט ארויף אויף 'קרבנות', אין זכות פון 'קרבנות', וואס איז דאס גאנצע.
עס איז דא גאר א פשט אין מדרש (פדר"א פכ"ח הובא ברש"י), אז די ''עגלה משולשת' [וואס] זענען נישט איבערגעבליבן גייט ארויף אויף די 'אומות', און 'תור וגוזל' דאס מיינט מען 'אידן', די אלע גלות'ער וואס שטייען דערינען, דאס גאנצע דא – אלע ענינים פון די אלע זאכן –איז דאך עפעס 'דברים נפלאים'. זאגט דער מדרש פארוואס דערציילט ער מיר א מעשה בחנם, 'ויבתר [אותם בתוך] ואת הצפור לא בתר' [ויתן איש] בתרו [לקראת רעהו']. [נאר] 'ויבתר' [גייט ארויף] אויף אלע 'אומות', 'ואת הצפור לא בתר' ווייזט אויף א רמז אז 'אידן' וועלן אייביג בלייבן.
נאר בדורותינו אלה קען מען פארשטיין וואס דער פשט איז, וואס אין די פריעריגע צייטן איז נאכנישט געווען די צייט מען זאל עס מגלה זיין, ביז עס וועט זיין – אז די מאורעות פונעם דור ווייזן.
דער ערשטער פשט אין רש"י 'במה אדע', אברהם אבינו האט געבעטן אן 'אות', 'נישט' חלילה ער האט נישט געגלייבט, ער איז 'נישט' מסופק געווען, נאר מען האט אים צוגעזאגט 'ירושת הארץ', ער האט גאנץ גוט געוויסט אז דער בורא כל עולמים האט עס מבטיח געווען וועט עס אוודאי זיין, ער האט געוויסט עס איז א גרויס ענין – א גרויסע מתנה, אבער נאר אין דער צייט, 'ירושת הארץ' קען נאר זיין ווען די צייט איז, אז מען נעמט עס חלילה פאר די צייט איז עס א גרוסע 'סכנה בגשמיות וברוחניות', טאמער חלילה גייט מען פאר דער צייט קען מען פארלירן.
אזוי ווי דער רַמב"ן זאגט דאך בפירוש (דברים כח מב), אז עס ליגט אין דער 'שבועה' [פון] 'ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם', אז די הבטחה 'לא מאסתים ולא געלתים' איז נאר 'בהיותם בארץ אויביהם' דורכ'ן גלות וואס מען איז פארשפרייט, ווען מען וואלט געווען במקומם איז גארנישט דא 'די הבטחה' פון 'לא מאסתים לכלותם', ווען נישט דאס גלות קען מען זיין אויסגעזעצט אויף כליה ח"ו, נאר דורכן גלות זענען געבליבן אפילו 'די' וואס זענען דארטן 'בארץ הקדושה' [דאס] איז אויך נאר מיט 'דעם כח' פונעם גלות. דער אְוֵר החיים הקדְוש (ויקרא כו מד) איז עס מסביר, אז דאס גלות שטילט דעם קטרוג.
כ'האב שוין געשריבן אין ויְוָאל משה (מאמר ב סימן קי) כמה טעמים בפשטות אויף דעם, אז דאס מוז זיין. אזוי ווי דער של"ה הקדְוש איז מאריך אין דעם, אז דאס 'גלות איז צורך הגאולה'. אין די 'בשביל שיתוספו עליהם גרים' (פסחים פז, ב). און ווי דער אֵריה"ק זאגט (שער הפסוקים שמות) דאס מיינט מען 'ניצוצין הקדושים'. ב] אז מען זאל 'צושפרייטן' די 'קדושת התורה' אין דער גאנצער וועלט, מען זאל איינפלאנצן די קדושה וואו עס איז דא אידן עובדי ה' (מהרש"א שם).
ג] ווידער א טעם פשוט שטייט דאך אויך אין די גמרא אין פסחים, און אין די גמרא [עבודה זרה (י, ב)], און אין כמה מ דֵרשים (ילקוט תצוה רמז שפד, אמור תרנו, שופטים נ, יחזקאל שעג) און דער תַנָא דבי א ליהְו איז מאריך (א"ר פ"י), אז דורך דעם האבן זיי א קיום, צדקה עשה הקב"ה עם ישראל שהגלם לבין האומות, [שנאמר] 'צדקת פרזונו', והיינו דֵר' חַנ יַנָא וכו', ברענגט ער דארט אז איינער פון די רומיים האט געזאגט, אנן עדיפנא מינכו [אונז זעמיר מער פון ענק], עטץ האטס געזאגט 'לא תחיה כל נשמה' און אונז לאמיר ענק [לעבן], האט ער זיי געענטפערט, איבערדעם לאזט עטץ אונז – [ווייל] עטץ ווילטס נישט הייסן מלכות קטיעה – ווייל עטץ האטס נישט אלע אידן אונטער זיך, [און] אפילו עטץ וועטס חלילה טון וועלן בלייבן אידן ערגיץ אנדערש - וועט עטץ הייסן א מלכות קטיעה אקעגן ערגיץ אנדערש, האט ער אים געזאגט גפא דרומאי בהא גַמֵרָא אליין טרעפט מען עטליכע טעמים, כ'ברענג דאך צוזאם די אלע זאכן. א] איין טעם נחתינן ובהא סלקינן – ער האט אים געגעבן א שבוע אז 'דאס' איז עס, מיר האבן כסדר 'דאס' אינזין, פריער האט ער נישט אויסגעזאגט [אבער] דערנאך האט ער אים אליין מודה געווען – אז דאס איז די הצלה פון כלל ישראל – פונעם טבעיות אויס. זעהט אויס אין די גמרא [אז] עס איז טאקע א טעם על פי פשוט אויך, אז נישט איז א סכנה פון די אומות וואו מען איז – אין [סיי] וועלעכע מדינה, און אזוי ווי מען איז צושפרייט פון איין מדינה צו דער אנדערער דורכדעם בלייבט מען – [כדי] מען זאל נישט הייסן קיין מלכות קטיעה.
יהיה איך שיהיה 'ירושת הארץ' פאר די צייט איז א גרויסע סכנה, איבערדעם האט ער געבעטן אן אות 'במה אדע' דער כלל ישראל ברויך האבן אן 'אות' מען זאל וויסן 'כי אירשנה' ווען מעג מען עס ירש'נען. האט אים דער בורא כל עולמים געענטפערט ['קחה לי] עגלה משולשת ואיל משולש', איז דאך דא צוויי פשטים, לויט דעם פשט פון 'קרבנות' איז דאס א סימן, דאס מקריב זיין קרבנות וועט נאר זיין 'נאך ביאת המשיח', אזוי ווי זיי ברענגען דאך (עיין בנין ציון לבעל ערוך לנר סימן א), די תְוֵרה הקדְושה זאגט (ויקרא כו לא) ['והשמותי את מקדשיכם] ולא אריח בריח ניחוחכם', בזמן דאס בית המקדש איז בשממה וועט מען נישט קענען מקריב זיין קיין קרבנות, האט דער בורא כל עולמים געזאגט 'קחה לי עגלה משולשת' דאס איז א סימן.
און לויטן אנדערן פשט אז עס גייט ארויף אויף די 'אומות', און מען זעהט דאך דעם אויספיר איז דאך נישט קרבנות [כנ"ל בסוף הקושיא, נאר] כסדר שוין אויף די 'אומות' אז 'וישב אותם אברם' [זאגט רש"י] ואין מניחין אותו עד שיבוא מ לך הַמשיח. [אפ"ל בהקדם] דער רַמב"ם זאגט דאך אין נישט מסופק זיין, מען וועט זעהן זיין 'גרויסקייט' זיין 'קדושה וטהרה' און זיינע 'נסים ונפלאות', אז מען וועט אים אנקוקן וועט מען נישט האבן קיין שום ספק.
עס שטייט דארטן (אין איגרת תימן) און אין סְפֵר היד (הל' מלכים פי"א ה"ג) אז ער מוז נישט טון קיין 'אותות ומופתים', נאר דעם 'קיום התורה בשלימות'. דאס מיינט מען בתחילה איידער ער וועט עפעס טון וועט זיך עס ביי דעם אנהייבן, מען וועט 'מחזיר בתשובה זיין' דעם גאנצן כלל ישראל און נאכדעם וועט נאך זיין מלחמת גוג ומגוג, און נאכדעם [וועלן] אלע אומות העולם מסכים זיין, מען וועט נישט קענען מסופק זיין.
[און] דער מדֵרש זאגט (שהש"ר פ"ב פסוק ח ב), מען האט באשוואירן אז מען מוז זיין איבעראל פאר ביאת המשיח, מען וועט דורכגיין די אלע גלות'ן, פאר דער צייט וועט מען נישט לאזן מן השמים 'עד שיבוא משיח', דארף מען וויסן אז פאר ביאת המשיח איז דאס נישטא.
איבערדעם האט ער אים געענטפערט א גוטן סימן 'קחה לי עגלה משולשת', דו וועסט דורכגיין אלע גלות'ן, איידער דער 'מלך המשיח' קומט איז נישטא קיין גאולה, און ווען דער 'מלך המשיח' וועט קומען וועט שוין נישט זיין קיין ספק, האט מען אים מיישב געוווען די שאלה, ער האט געפרעגט 'במה אדע' וואס וועל איך וויסן, האט מען געזאגט א סימן, מען וועט אדורכגיין די אלע זאכן, און דער 'מלך המשיח' וועט קומען, דעמאלטס וועט יעדער וויסן, איז דאס א תירוץ מספיק.
ווידער לויט דעם פשט 'באיזה זכות' איז אויך דאס די זעלבע שאלה, אז מען וועט וויסן וועלעכן זכות, וועט מען האבן א סימן [אז עס איז די צייט], דאס איז דאך זיכער אז מען מוז האבן 'זכותים' צו 'ירושת הארץ', אפילו ער קומט ביי 'כולו חייב' אבער קודם וועלן אידן תשובה טון, 'אליהו' וועט מחזיר בתשובה זיין מיטן 'מלך המשיח' ביז די גאולה וועט זיין. ווען עס וועט זיין דער 'זכות פון אידן' קען מען רעכענען דערויף 'כי אירשנה' אנדערש נישט, אלץ די זעלבע שאלה אז מען זאל זיך נישט טועה זיין, דאס איז די גאנצע זאך, אברהם אבינו האט געוואלט באווארענען.
האט מען אים געענטפערט די ביידע פשטים, א] קודם קרבנות, ב] בזכות פון נטרונאי, מען וועט איבערווארטן, אזוי ווי חכַמ יַנְו ז"ל זאגן (ילקוט בא) אין דעם זכות וועט זיין די גאולה, דער לעצטער זכות וועט זיין אז עס וועט זיין 'ואין מניחין אותו עד שיבוא מלך המשיח', און מען וועט דאס אפווארפן [די גאולה פאר די צייט], 'וישב אותם אברם' דער בורא כל עולמים האט אים געגעבן אין רעיון ער זאל נישט צולאזן 'עד שיבוא מלך המשיח', דאס איז 'דער זכות' וואס עס וועט זיין די גאולה, אזוי ווי עס שטייט 'נטרונאי', איז דאס א תירוץ 'באיזה זכות'. איבערדעם איז דאס דער תירוץ אויף דעם 'במה אדע' וויאזוי וועל איך דאס וויסן – מען זאל זיך נישט חלילה טועה זיין, איז דער 'באיזה זכות' דער תירוץ אויף דעם. ער האט אויסגעארבעט 'ירושת הארץ' פאר די קינדער עד סוף כל הדורות, און ער האט אויסגעארבעט דעם 'במה אדע כי אירשנה' אזוי ווי די פסוקים זאגן.
השי"ת זאל העלפן אז מען זאל גיין אין 'אמת'דיגן וועג', מען זאל חלילה נישט אריינגעכאפט ווערן אין קיין דעות נפסדות, מיר זאלן האבן די זכיה צו טון דעם רצון הבורא ברוך הוא, מקדש שם שמים צו זיין, מיר זאלן זוכה זיין, צו זיין דבוק אין דער תורה הקדושה און אין דרך האמת, ביז מיר וועלן זוכה זיין בקרב מקבל זיין פני משיח צדקינו - די גאולה שלימה ואמיתיית – די ישועה שלימה מתוך נחת והרחבה, מיר זאלן זוכה זיין צו זעהן בהתרומות קרן התורה וישראל, ובהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן. אגֵרת תיַמן, אלע אומות וועלן ווערן 'בטל ומבוטל' פארן מלך המשיח, און קיינער וועט
(לשְון רביַנְו מדבֵרְות קְודש ס"ג לך לך תשכ"ה)