Skip to content
פניני חלקינו בתורתיך - אידיש

א פייער וואס ברענט אינעווייניג

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אויך אין אונגארן איז אין יאר תש"ד געווען א שרעקלעכער מאנגל אין אתרוגים. אין סאטמאר, גרויסווארדיין, ראצפערט און בודאפעסט זענען געווען בלויז געציילטע אתרוגים, און מיט זיי האט מען געדארפט מזכה זיין טויזנטער אידן.

דער רבי זי"ע האט דעמאלט געמוזט פארלאזן סאטמאר צוליב דער סכנה. זיין אתרוג האט ער איבערגעלאזט פאר די אידן אין שטאט, און ער איז געפארן קיין גרויסווארדיין, וואו עס איז געווען אן אתרוג ביים אמרי חיים מוויזניץ זי"ע. ווען דער רבי האט געזען דעם אתרוג וואס איז געווען אין גרויסווארדיין, האט ער זיך אנגערופן אז עס דאכט זיך אים אז דער אתרוג וואס ער האט איבערגעלאזט אין שטאט סאטמאר איז מער א שענערע אתרוג. האט מען געשיקט א שליח צו ברענגען דעם אתרוג פון סאטמאר. מען האט פארגליכן די צוויי אתרוגים און עס האט זיך ארויס געשטעלט צו זיין ריכטיג, האט מען איבערגעלאזט דעם סאטמארער אתרוג אין גרויסווארדיין און געשיקט דעם גרויסווארדיינער אתרוג קיין סאטמאר.

אין גרויסווארדיין האבן טויזנטער אידן געווארט צו בענטשן. כדי יעדער זאל קענען צוקומען, האט מען געמוזט אנהייבן שוין פון עלות השחר. דער אמרי חיים האט געוואלט בענטשן דער ערשטער, כדי נישט צו דארפן צוקומען צו א מתנה על מנת להחזיר. דערנאך האט מען געברענגט די ד' מינים צום רבי'ן זי"ע, אבער דער רבי האט געווארט ביזן נץ החמה.

הרה"ק ר' יהודה'לע מדזיקוב זי"ע איז דעמאלט געווען ביי זיין שווער – דעם אמרי חיים. ער האט שטענדיג מקפיד געווען צו בענטשן אויפן לולב גלייך ביים נץ, איז ער געגאנגען צום רבי'נס אכסניא, אין שטוב פון הרה"ח ר' ליפא לעפקאוויטש ע"ה. שפעטער האט ער דערציילט וואס ער האט דארט געזען.

די ד' מינים זענען געלעגן אויפן טיש, און דער רבי האט געשמועסט מיט די ארומיגע. פון דרויסן האט מען נישט באמערקט קיין באזונדערע הכנה. אבער ווי נאר עס איז געווארן דער נץ החמה, האט דער רבי גענומען די ד' מינים, געמאכט די ברכה און אנגעהויבן די נענועים מיט א געוואלדיגער התלהבות.

ר' יהודה'לע האט געזאגט, אז דעמאלט האט ער געשפירט ווי דער רבי איז די גאנצע צייט, בשעת'ן שמועסן, געווען פארטיפט אין די הכנה צו דער מצוה. דאס פייער האט שוין פריער געברענט אינעווייניג; ווי נאר עס איז געקומען די צייט, האט זיך עס ארויסגעוויזן מיט א שלהבת אש קודש. נאכדעם האט מען געטראגן דעם אתרוג איבער דער שטאט, מזכה צו זיין דעם גאנצן ציבור.

More in this printout

View the whole printout