Skip to content
פניני חלקינו בתורתיך - אידיש

דאס שענסטע פאר אנדערע אידן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

קיין בודאפעסט האט מען געשיקט צוויי אתרוגים פארן הייליגן בעלזער רב, מהר"א זי"ע. ער האט אויסגעקליבן דעם שענערן – און אים געשיקט קיין סלאוואקיי. זאגנדיג דערביי אז די אידן דארט, האבן אזויפיל געהאלפן ראטעווען אידן פון פוילן; קומט זיי דער מהודר'דיגער אתרוג.

נאכן אוועקשיקן דעם אתרוג האט דער בעלזער רב געזאגט, אז ער האט נישט קיין חרטה דערויף. ער האט דערביי געגעבן א סימן: ווען א מענטש איז מסופק צי א מעשה קומט פון דער גוטער זייט אדער פונעם יצר הרע, דאס שטעלט זיך ארויס אויב נאכן טון האט ער נישט קיין חרטה, איז דאס א סימן אז די מעשה קומט נישט פונעם יצר. אויך ער האט נישט קיין חרטה אויף דעם וואס ער האט אוועקגעגעבן דעם שענערן אתרוג.

More in this printout

View the whole printout