כאטש א תפילין של יד
מיט דער זעלבער ליבשאפט האבן אידן זיך אנגעקלאמערט אין אלע מצוות. אפילו ווען יעדע מצוה איז געווען פארבינדן מיט שרעק און פחד, האבן זיי געזוכט אן עצה וויאזוי זי מקיים צו זיין.
מיין טאטע ע"ה האט מיר דערציילט פון די לאגערן: איין איד, וועלכער איז שפעטער אומגעקומען על קידוש השם הי"ד, האט געהאט א תפילין של יד. א של ראש איז נישט געווען בנמצא. האבן אסאך אידן, און מיין טאטע צווישן זיי, יעדן טאג געלייגט יענעם של יד. וואס מען האט יא געקענט מקיים זיין, האט מען נישט געוואלט פארפאסן.
אזוי דערציילט מען אויך אויף הגאון ר' יחזקאל אברמסקי זצ"ל. ערב יום כיפור תרצ"ב איז ער באפרייט געווארן פון דער תפיסה אין מאסקווע און אנגעקומען אהיים נאענט צו דער שקיעה. די בני בית האבן שוין געענדיגט עסן דעם סעודת המפסקת, און ביז יום כיפור זענען געבליבן בלויז געציילטע מינוטן.
וואס איז געווען זיין ערשטע דאגה? צו לייגן תפילין. אין תפיסה האבן די רשעים אים נישט געלאזט מקיים זיין די מצוה. יעצט, ווען ער איז שוין פריי, קען ער דאך נישט לאזן דעם טאג אריבערגיין אן תפילין! ער האט געלייגט תפילין, כאטש דערמיט וואס ער וועט יעצט לייגן תפילין איז אים שוין נישט געבליבן קיין צייט צו עסן פארן תענית.
זאל דער זכות פון אונזערע עלטערן און אור־ עלטערן, וואס האבן זיך אזוי מוסר נפש געווען פאר די מצוות, און באזונדער פאר די הייליגע מצוה פון ד' מינים, אונז ביישטיין, אין די טעג פון סוכות, ווען מען האט מקריב געווען די פרי החג כנגד די זיבעציג אומות, זאלן אלע שונאי ישראל אונטערטעניג ווערן. מיר זאלן זוכה זיין צו א יאר פון "ושמחת בחגך", און שוין הערן דעם קול מבשר, "לציון מלך אלקיך", בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.
(הרה"ח ר' אברהם ישעי' קליין הי"ו)