די ליבשאפט האט זיך ארויסגעוויזן מיט איר גאנצן כח אין די ביטערע מלחמה יארן. אידן האבן געלעבט אין שרעק און פחד, און צווישן אלע זייערע דאגות האט זיי נאך עפעס געדריקט: וואו וועט מען האבן ד' מינים אויף סוכות? צוליב דער סכנה זענען זיי דאך געווען אן אונס און פטור פון דעם מצוה, אבער דאס אידישע הארץ האט זיך נישט געקענט בארואיגן. ווי קען מען דורכלאזן א סוכות אן א לולב און אן אתרוג?
דער בריסקער רב, הגרי"ז זצ"ל, האט זיך דערציילט וואס ער האט אליין מיטגעלעבט אין ווארשא, סוכות ת"ש, ביים אנהויב פון די מלחמה. די שטאט איז געווען אונטער שווערע באמבאדירונגען. הייזער זענען חרוב געווארן, און טויזנטער אידן זענען אומגעקומען רח"ל. צו באקומען ד' מינים אין אזא מצב איז כמעט נישט געווען מעגליך. פונדעסטוועגן איז דעם בריסקער רב, נאך גרויסע שוועריגקייטן, געלונגען זיי צו פארשאפן.
די ערשטע נאכט יום טוב האט דער רב באמערקט איינעם פון די שכנים, א איד וואס איז ארומגעגאנגען שטארק צובראכן. אין יענע טעג האט מען טאקע נישט געדארפט פרעגן פארוואס א איד איז צובראכן. דאך האט דער רב אים געוואלט מחזק זיין: היינט איז יום טוב, מען דארף זיך שטארקן און מקיים זיין "ושמחת בחגך".
דער איד האט אים אבער אויסגעזאגט וואס עס טוט אים וויי: ווי קען ער זיין פרייליך, ווען ער האט נישט קיין ד' מינים אויף יום טוב?
האט אים דער בריסקער רב בארואיגט, אז ביי אים זענען ב"ה דא ד' מינים. מארגן, דעם ערשטן טאג יום טוב, קען ער קומען צום רב און מקיים זיין די מצוה.
צומארגנס, נאך איידער עס איז געווארן טאג, האט זיך געהערט א גערודער ביים טיר פון בריסקער רב. דאס איז געווען א פלא: די רשעים האבן דאך שטרענג פארבאטן ארויסצוגיין אין גאס פאר עס איז געווארן טאג. מען האט געעפנט די טיר, און פאר די אויגן האט זיך באוויזן א מחזה וואס מען האט נישט געקענט גלייבן: הונדערטער אידן שטייען אין א לאנגע רייע און ווארטן צו בענטשן אויפן אתרוג!
דער שכן האט נישט געהאלטן די בשורה פאר זיך. ער האט דערציילט פאר זיינע חברים אז ביים בריסקער רב איז דא אן אתרוג, און די ידיעה איז אריבער פון מויל צו אויער. אידן האבן געהערט אז מען קען מקיים זיין די מצוה, און דאס הארץ האט זיי געצויגן אהין.
די פאליציי זענען אנגעקומען און האט מיט ווילדע געשרייען און אכזריות'דיגע קלעפ צעשפרייט דעם עולם. אבער עס איז נישט אריבער קיין סאך צייט, און די אידן זענען צוריקגעקומען. ווידער זענען זיי געשטאנען אין דער רייע, מיט דעם האפענונג צו קענען מקיים זיין דעם הייליגן מצוה.
מיט גרויס התרגשות האט דער בריסקער רב דערציילט דעם מחזה. דא האט מען געזען דעם "מים רבים לא יוכלו לכבות" קיין שום צרות האבן נישט געקענט אויסלעשן די אהבת המצוות וואס האט געברענט אין די אידישע הערצער.