אין ראצפערט איז דער אתרוג געווען ביים הייליגן רבי ר' שלום אליעזר זי"ע הי"ד. טויזנטער אידן זענען געקומען צו אים צו בענטשן אתרוג.
הרה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש ז"ל האט דערציילט, אז ער איז געווען ביים צדיק נאך סוכות. דער רבי האט אים געוויזן דעם אתרוג און געפרעגט: "נו, וואס זאגסטו דערצו?"
ר' בנציון האט נישט געוואוסט וואס דער רבי מיינט און איז געבליבן שטיל. דער רבי האט נאכאמאל געפרעגט. האט ער געענטפערט: "רבי, אזא שיינעם אתרוג האב איך נאך קיינמאל נישט געזען!"
דער אתרוג איז שוין געווען שווארץ פון די הענט פון טויזנטער אידן וואס האבן אויף אים געבענטשט. אבער אט דאס איז געווען זיין שיינקייט! דער חתם סופר זאגט דאך, אז די פלעקן וואס ווערן אויפן אתרוג דורכן מקיים זיין די מצוה, נעמען נישט אוועק פון זיין הדר; אדרבה, זיי פארשענערן אים. און דעם אתרוג האבן אזויפיל אידן גענוצט צו מקיים זיין די מצוה אין יענע ביטערע טעג!
דער צדיק האט שטארק הנאה געהאט פונעם ענטפער. עס האט זיך אנגעזען, אז אט דאס האט ער געוואלט הערן (זכור ימות עולם, חלק ד, עמ' שנד).