חיים כהן איז אויפגעוואקסן ווי א שטארק-פרומער איד. צענדליגע יארן איז ער זאגאר געווען אן אקטיווער מיטגליד אין "אגודת ישראל".
אבער, צוליב אומבאקאנטע אורזאכן האט ער אנגעהויבן זיך צו דערווייטערן, ביז ער האט אין א געוויסן פונקט ליידער אינגאנצן אפגעלאזט אידישקייט. נאך א לאנגע און דערפאלגרייכע קאריערע אלס ריכטער, איז כהן ענדליך באשטימט געווארן אויף גאר א הויכע פאזיציע אינעם געריכט ביי די ממשלה אין ארץ ישראל. דארט האט ער, צום גרויסן ווייטאג פונעם ציבור הנאמן לה' ולתורתו, כסדר אויסגענוצט זיין פאזיציע כדי צו שטיצן און פאראויסרוקן זיין סעקולערע אגענדע.
דער אמת איז, אז פונקט אין יענער צייט איז חיים כהן געווארן טרויעריג-בארימט אין דער פרומער וועלט, נאכדעם וואס ער האט אונטערגעשריבן אלס געזעץ דעם פארשלאג וואס האט ערקלערט אז מען דארף נישט זיין קיין איד "על פי הלכה" כדי צו זיין בארעכטיגט צום אזוי-גערופענעם "חוק השבות" — א געזעץ וואס גיט פאר יעדן איד פון איבער דער וועלט אטאמאטישע בירגערשאפטס-רעכט אינעם לאנד.
דאס איז געווען אן ענין וואס האט פאראורזאכט דעם רבין גאר אסאך צער און עגמת נפש, ווי מ'האט געזעהן אין די שטורעמישע שיחות פון יענע תקופה אין וועלכע דער רבי האט זיך אויסגעגאסן דאס הארץ איבער דעם ווייטאגליכן חילול הקודש און די טראגישע תוצאות וואס קומען ארויס דערפון.
טאקע דערפאר, ווען חיים כהן איז אנגעקומען אין דעם צענטראלן ליובאוויטשער בית מדרש "770" אויף איסטערן פארקוויי בעת די הקפות אום שמחת תורה אין יאר תשל"ו, קען מען זיך נאר פארשטעלן דעם גרויסן שאק פון די אנוועזנדע.
עס האט דעם ציבור נאך ווייטער איבערראשט צו זעהן ווי דער רבי האט דעמאלט באשלאסן אים מכבד צו זיין מיט א פסוק פון "אתה הראת", ווי אויך מיט דעם כבוד אריינצוגעבן אין זיינע הענט א ספר תורה ביי איינע פון די הקפות.
פיל פון די אנוועזנדע האבן נישט געקענט פארשטיין פארוואס מען שטרעקט אויס אזא ברייטע האנט פון כבוד צו אן אפענעם און דערקלערטן שונא פונעם עולם התורה.
ביים רבי'ן איז דאס אבער אינגאנצן קיין חידוש נישט געווען. עס איז דאך ליל שמחת תורה, דער סאמע שפיץ פון גאנץ חודש תשרי. שטייענדיג אין אט דעם הייליגן טאג, האט דער רבי אינגאנצן אדורכגעקוקט דעם פונדרויסנדיגן שיכט פונעם מענטש, און קלאר דערזען ווי פונאינווייניג שיינט זיין ריינע אידישע נשמה מיט א געוואלדיגער ליכטיגקייט.
חסידות לערנט אונז דאך, אז אום שמחת תורה קען א איד דערגרייכן אן אמת'ע 'התעוררות תשובה' דורך דעם כוח פון שמחה, פונקט ווי מען פועל'ט אום ראש השנה און יום כיפור דורך די עבודה פון מרירות. און דערפאר, זעענדיג זיין צעפלאמטע נשמה אויפ'ן אויבערפלאך, איז עס ביים רבי'ן געווען די סאמע מערסט-נאטורליכע זאך מקרב צו זיין דעם איד מיט'ן גרעסטן כבוד. און טאקע, ווען איינער פון די גבאים האט נערוועז אנגעפרעגט ביים רבי'ן ווי אזוי מען זאל זיך באגיין מיט דער האקעלער סיטואציע, האט דער רבי שארף און פעסט געענטפערט: "א איד וויל מקבל זיין אויף זיך עול תורה, און מ'לאזט אים נישט?!"
פארשטייט זיך אז מען האט אים טאקע אריינגעגעבן א ספר תורה! באלד דערויף האט דער רבי מעודד געווען די ריקודים פון מר. כהן אינאיינעם מיט די טויזנטער אנוועזנדע פאר גאנצע פינף און פערציג מינוט נאכאנאנד, מיט שטורמישע תנועות מיט די הענט און מיט אן אומאויפהערליכן קאך. די גאנצע צייט האט דער רבי געהאלטן זיינע אויגן שארף געוואנדן אויף ריכטער כהן, וועלכער האט פעסט געהאלטן דעם ספר תורה און געטאנצט דערמיט מיט גרויס עקסטאז און התלהבות.
יארן שפעטער האט איינער פון די חב"ד-שלוחים אין מאנהעטן באגעגנט א זייער נאנטן פריינד פון ריכטער כהן און אים פארבעטן צו קומען זיך טרעפן מיטן רבי'ן.
דער פריינד האט עקשנות'דיג אפגעזאגט די פארבעטונג, זאגנדיג: "זינט חיים כהן האט פארברענגט יענעם שמחת תורה ביים רבי'ן, האט ער געטוישט א סאך פון זיינע פריערדיגע מיינונגען און השקפות. ממילא האב איך פשוט מורא וואס פאר א טוישונגען דאס וועט פועל'ן ביי מיר."