Skip to content
א חסידי'שע פארברענגען

שמשם היו שואבין

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מזכרונות כ"ק אדמו"ר מוהריי"ץ זי"ע, חג הסוכות תש"ז

ווען איך בין נאך געווען גאר א יונגער אינגל האט מען אמאל פארברענגט שמחת בית השואבה אין סוכה, און איך בין אויך דארט געווען. ווען עס איז געווארן זייער שפעט אין דער נאכט, בין איך איינגעשלאפן. אינדערפרי, ווען איך האב זיך אויפגעכאפט האב איך נאך געטראפן החסיד ר' הענדל און החסיד ר' שמואל ברוך (מגדולי חסידי אדמו"ר מוהרש"ב זיע"א) זיצן אין סוכה און פארבריינגען.

ווען איך בין דאמאלט איינגעשלאפן אין דער סוכה אויף א באנק, איז כבוד אמי הרבנית אריינגעקומען מיך ארייננעמען אין הויז, האט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק נישט געלאזט, און געזאגט "זאל ער דא שלאפן".

רופט זיך אן די מאמע: "עס איז דא קאלט און ער קען זיך חלילה פארקילען".

ואמר אאמו"ר: "זאל ער זיך וואלגערן צווישן חסידים. ער וועט זיך נישט פארקילן. ער וועט זיך אנווארעמען, און די ווארעמקייט וועט בלייבן אויף דורי דורות."

[וסיים אדמו"ר מוהריי"צ:] אט דאס הייסט מס"נ אויף חינוך.

More in this printout

View the whole printout