כל ישראל ראויים לישב בסוכה אחת // א פארברענגען
חודש תשרי. ס'איז דער "חודש השביעי" — אויך מלשון שובע — א חודש אנגעזעטיגט מיט כוחות און השפעות וואס וועלן אונז באגלייטן אויף א גאנץ יאר, און יעדער יום טוב האט זיך זיין ספעציעלע עבודה און ברענגט מיט זיך זיין ספעציעלער כח און השפעה.
עס איז דא אבער איין נקודה וואס איז "מבריח מן הקצה אל הקצה"; עס איז אן עבודה וואס באגלייט אונז שוין פונעם אנהויב פונעם חודש, און עס שיינט אריין אין אלע איהרע ימים טובים, מתחילתם ועד סופם:
שוין אין דעם שבת פאר ראש השנה האבן מיר געליינט דעם "אתם ניצבים היום כולכם", וואו די תורה איז מדגיש אז אלס הכנה צום יום הדין, שטייען כלל ישראל אלע צוזאמען באחדות — פון "ראשיכם שבטיכם" ביז צו "חוטב עציך ושואב מימיך" — אלע שטייען אינאיינעם אלס א 'קומה אחת שלימה'.
נאכדעם קומט דער הייליגער טאג פון יוה"כ. עס שיינט דער פנימיות הנשמה, עס ווערט נתגלה ווי אלע אידן זענען באמת גלייך און עס פאלט אוועק יעדער סארט חילוק אדער פירוד צווישן אידן. אין די ערשטע תפילה פונעם יום הקדוש ווערט שוין אפגע'פסק'נט סיי אין בית דין שלמטה און סיי אין בית דין שלמעלה, אז יעדער איד באלאנגט אלס א חלק פונעם כלל, און מיר דאווענען אלע צוזאמען אינאיינעם לפני אבינו שבשמים.
ווען עס קומט אבער די ערשטע נאכט פון סוכות און כלל ישראל הילט זיך איין אין דער הייליגער סוכה, באקומט דער גאנצער ענין האחדות גאר א טיעפערן באדייט.
א סוכה שאולה
די גמרא (סוכה כז, ב) לערנט אונז אז כאטש די תורה זאגט "חג הסוכות תעשה לך" — וואס פון דעם איז משמע אז עס דארף זיין אן אייגענע סוכה, דאך קען מען יוצא זיין מיט א "סוכה שאולה".
פון וואו ווייסט מען דאס?
פונעם פסוק "כל האזרח בישראל ישבו בסוכות", וואס פון דעם לערנען חז"ל אז "כל ישראל ראויים לישב בסוכה אחת" — אלע אידן זענען ראוי צו זיצן אין איין סוכה.
רש"י איז דאס מסביר: ווען גאנץ כלל ישראל זאל ווען האבן איין סוכה וואס געהערט בשותפות צו יעדן איד, וואלט דאך יעדנ'ס פערזענליכער חלק געווען ווערט ווייניגער ווי א שווה פרוטה — וואס דאס איז דאך צו קליין עס צו פאררעכענען אלס א זעלבסט-שטענדיגע בעלות אויף דער סוכה. דער איינציגסטער וועג זיך יא צו קענען באנוצן מיט אזא סוכה איז נאר אויב אלע אנדערע טוען אים "אויסבארגן" זייער חלק [אי אפשר שיהא לכולן דלא מטי שוה פרוטה לכל חד אלא ע"י שאילה, רש"י]. לויט דעם קומט אויס אז א "סוכה שאולה" מוז דאך זיין כשר.
פארוואס דער גאנצער פלפול?
דא פרעגט דער ליובאוויטשער רבי א פשוט'ע קשיא (שיחת חוה"מ סוכות תשכ"ב):
אויב די כוונה איז בלויז אונז צו לערנען אז א "סוכה שאולה" איז כשר — דאן פארוואס זאגט דאס נישט די תורה אויף א קלארערן אופן; פארוואס דארף מען דאס ארויסברענגען דורך אזא פלפול'דיגן חשבון, קודם כל אז "כל ישראל ראויים לישב בסוכה אחת", דערנאך אז "אי אפשר שיהא לכולן דלא מטי שוה פרוטה לכל חד אלא ע"י שאילה" - וואס נאר דורך דעם קומט מען אן צום מסקנא אז 'סוכה שאולה כשירה'?
"עס ליגט דא א טיעפער יסוד אין כללות עבודת השם" איז דער רבי מסביר.
די מצווה פון סוכה ברענגט דאך ארויס בגלוי דעם "אהבתי אתכם אמר ה'" - די ספעציעלע אהבה וואס דער אויבערשטער האט צו אידישע קינדער, ווי ס'דריקט זיך אויס אין דער "ימינו תחבקני" - דער הייליגער ארומנעם פון די דפנות הסוכה (כמבואר בספרי חסידות).
אבער בשעת מען טראכט זיך אזוי אריין אין דער אייגענער טייערקייט און חשיבות ביים אויבערשטן, קען מען צומאל גרינג פארגעסן איבער די טייערקייט און חשיבות פון א צווייטן: סוף-כל-סוף, וואו קומט יענער אריין אינעם בילד פון מיין פערזענליכע עבודת השם?
איך מוז צוקומען צו יענעם
לערנט אונז דא דער פסוק "כל האזרח בישראל ישבו בסכות" א געוואלדיגער יסוד:
דער איינציגסטער וועג מקיים צו זיין דעם "כל ישראל ראויים לישב בסוכה אחת", איז נאר דורך דעם וואס יעדער איד טוט מיר אויסבארגן זיין חלק.
ביים אריין טרעטן אין די הייליגע ווענט פון א סוכה, טוט א איד דערהערן, אז ער איז נישט קיין פריוואטע מהות וואס קען זיך אויסשליסן פונעם ציבור און זיך אליין פארסמאקעווען אין דעם שאטן פונעם אויבערשטנ'ס ליבשאפט.
דער צילא דמהימנותא פון מצוות סוכה טוט מיר דערמאנען אז איך בין א חלק פונעם כלל און יעדער טייל פונעם ציבור איז מיר נוגע. יענעם'ס שלימות איז נוגע צו מיין שלימות און יענעם'ס טובה גייט מיך אהן פונקט ווי דאס אייגענע.
איך בין טאקע טייער ביים אויבערשטן אהן א שיעור. אבער אליינס בין איך נישט קיין שלימות'דיגע מציאות פאר זיך. אהן זיך מתאחד זיין מיט יעדעם, איז מיין אייגענער חלק ווייניגער ווי א שווה פרוטה. כדי צוצוקומען צו מיין שלימות, מוז איך אראפווארפן די ווענט פון פירוד, און אריינגיין אינעם סוכת שלום, וואו ס'איז קלאר אז איך דארף זיין באחדות מיט יענעם.
דער אתרוג מוז האבן דעם ערבה
דעם זעלבן לימוד 'נעמען מיר אריין' ביים מקיים זיין דעם "ולקחתם לכם":
אפילו איך בין א שיינער אתרוג [שיש בו טעם וריח, ומרמז למי שיש בו ב' המעלות דלימוד התורה וקיום מעשים טובים, כמבואר במדרש (ויק"ר ל, יב)] און איך גלאנץ מיט אלע מעלות וואס עס זענען נאר פארהאן, איז כל זמן איך האב זיך נישט פארבונדן מיט דעם ערבה [שאין בו טעם וריח, ומרמז למי שחסר אצלו בתורה ומעשים טובים], האב איך נאכנישט מקיים געווען די מצוה.
דער אויבערשטער וויל אז "יוקשרו כולם אגודה אחת" דווקא, און דערמיט באקומען מיר א נייעם דערהער אין דער גאנצער מושג פון אחדות ישראל:
נישט בלויז אז איך דארף יענעם קענען "פארטראגן", נישט נאר דארף איך אים קענען ליב האבן, נאר אהן זיך מתאחד זיין מיט יענעם - פעלט מיר אין מיין אייגענע שלימות.
ופרוס עלינו סוכת שלומך
"לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום" (עוקצין ג, יב). ווען באקומען מיר די ברכה פון "ברכנו אבינו"? ווען מיר שטייען "כולנו כאחד".
אינעם זכות פון די אחדות וואס אידישע קינדער באווייזן אין דעם הייליגן יום טוב סוכות, זאלן מיר טאקע געבענטשט ווערן מיט אלע ברכות און השפעות טובות, און דער עיקר ברכה: מ'זאל טאקע צוקומען צו דער אמת'ער "כל ישראל ראויים לישב בסוכה אחת", דער סוכת עורו של לויתן, בביאת משיח צדקנו, בב"א!
לחיים אידן, לחיים ולברכה!