די שמחה געהערט דאך לכאורה בעיקר צו די בני תורה, צו די גרויסע תלמידי חכמים וואס הארעווען טאג און נאכט איבער א שטיקל גמרא. איך בין דאך אבער בסך הכל א פשוט'ער איד; קוים וואס איך האלט מיט מיינע טעגליכע שיעורים: וואס האב איך שוין צו טוהן מיט שמחת תורה?
ע"פ התוועדות שמחת תורה, ה'תשכ"ב
עס ווערט דערציילט (סידור מהרי"ד, צום סוף פון פסוקי 'אתה הראת'), אז אמאל איז דער בעל התניא געווען אויף שמחת תורה ביי הרה"ק רבי מענדל הורודוקער זיע"א. ווען מ'האט געדארפט זאגן די פסוקי "אתה הראת" און צוגיין צו הקפות, האט ר' מענדל זיך אפגעהאלטן דערפון.
זייענדיג א בעל מדריגה, האט ער אין די הייליגע פסוקים פון "אתה הראת" דערזען הונדערט פירושים, און האט געשפירט אז ער איז נאכנישט אנגעקומען זיי צו קענען מקיים זיין למעשה אין זיין עבודת השם. ווי אזוי קען מען דען ארויסגיין זאגן "אתה הראת לדעת", ווען מ'האלט נאך נישט דערביי?
האט אים דער בעל התניא געענטפערט: דער כלל איז דאך, אז פון יעדן ארט וואו א מענטש שטייט, קען ער זעהן אביסל ווייטער פאראויס. און יעדעס מאל וואס ער קומט אן ווייטער, זעט ער פון דארט נאך ווייטער. אלזא, ווען איר וועט שוין יא אנקומען מקיים צו זיין די אלע הונדערט פירושים, וועט איר דעמאלט דערזען נאך פיל טיעפערע פירושים - ואין לדבר סוף, ס'איז פשוט נישטא קיין עק דערצו!
נאכן הערן דעם ענטפער, איז 'נתיישבה דעתו'. די ווערטער זענען אים געפעלן געווארן און דערמיט איז ער צוגעגאנגען צו הקפות.
וואס פאר אן ענטפער איז דאס?
לכאורה שטעלט זיך א קשיא: וואס פאר אן ענטפער איז דאס?
אדרבה! אויב עס ליגן טאקע אין די פסוקים אן ענדלאזע צאל פירושים און מדריגות, קומט דאך אויס אז ער איז נאך פיל ווייטער פונעם ענדגילטיגן ציל! אויב צוליב פעלנדיג הונדערט פירושים האט ר' מענדל זיך שוין נישט געשפירט ראוי צו זאגן "אתה הראת", כל שכן ווען ער דערהערט אז עס זענען דא בלי גבול מדריגות צו וועלכע ער האט נאך אפילו נישט אנגעהויבן צו דערגרייכן!
דער ביאור: ס'איז נישט קיין חסרון אין דיר
דער בעל התניא האט מיט דעם געמיינט אים צו זאגן אז דאס וואס דו ביזט נישט אנגעקומען מקיים צו זיין די הונדערט פירושים, איז דאס נישט צוליב דיין באגרעניצטן שכל אדער צוליב א שוואכקייט אין דיין עבודה; נאר ווייל תורה אליין איז בעצם 'בלי גבול'. און וויבאלד אז תורה איז דאך אומבאגרעניצט, וועט מען אייביג זען מער ווי וויפיל מען האט שוין יעצט אין די הענט.
עס פרעגט זיך נאר די שאלה, היות אז תורה איז טאקע בלי גבול, וויאזוי קענען מיר האבן א שייכות דערצו?
"אותי אתם לוקחים"
די תורה איז דאך "חכמתו של הקב"ה", און צוליב דעם וואס "הוא וחכמתו אחד", איז די תורה בעצם איין זאך מיטן אויבערשטן אליין, און איז דעריבער העכער פון סיי וועלכער נאטורליכער מענטשליכער השגה. אפילו די מלאכים העליונים האבן נישט קיין השגה דערין און זאגן דערויף "איה מקום כבודו".
אט די הייליגע און געהויבענע תורה האט דער אויבערשטער גענומען, און עס אונז געגעבן במתנה, אויף אן אופן אז אונזער קליינער מענטשליכער שכל זאל עס קענען פארשטיין און ארייננעמען אין א פנימיות.
די תורה איז "נסעה וירדה" (כמבואר בתניא פ"ד) ביז עס איז אנגעקליידט געווארן אין פשוט'ע ענינים און גשמיות'דיגע מושגים, אויף אזוי ווייט, אז נישט בלויז די נשמה זאל עס קענען באגרייפן, נאר אויך דער מוח פונעם גוף און דער 'נפש הבהמית' זאלן עס קענען פארשטיין.
נאכדעם וואס דער אויבערשטער האט עס אונז געגעגעבן במתנה, איז יעדעס מאל וואס א איד פארשטייט א קליין שטיקל תורה, כאפט ער בעצם אן דעם אויבערשטן אליין! ווי חז"ל זאגן (תנחומא אמור יז): "אותי אתם לוקחים" – איר נעמט מיך אליין אריין.
פארשטייט זיך אז דאס וואס מיר קענען ארייננעמען דעם אויבערשטן אין אונז אויף אזא פארנעם, האט גארנישט צו טוהן מיט די אייגענע חושים און כשרונות. נאר ווי מיר זאגן יעדן טאג אינדערפרי: "ונתן לנו את תורתו", עס קומט אינגאנצן במתנה.
אלץ וואס מען פאדערט פון אונז איז בלויז זיך מתייגע זיין און זיך אריינלייגן דערין "כפי יכלתו", און ווען א איד טוט זיין חלק, טוט דער אויבערשטער זיינס, און ער לייגט זיך אריין אינעם איד'ס באגרעניצטן פארשטאנד.
א שמחה פאר יעדעם
דאס אליין איז די אמת'ע סיבה פאר דער געוואלדיגער שמחה פון שמחת תורה: מיר פייערן אז מיר האבן באקומען דעם סאמע גרעסטן אוצר אויף דער וועלט: א שייכות און קשר מיט דעם אויבערשטן אליין!
דער גרעסטער למדן און עילוי פארשטייט, אז מיט אלע זיינע השגות איז ער נאכנישט אנגעקומען צום בלי גבול פון תורה, און דער פשוט'ער איד דערהערט אז זיין הארעוואניע איבער א פשוט'ן בלאט גמרא טראגט אין זיך דאס זעלבע הייליגע "אותי אתם לוקחים"!
די שמחה איז נישט איבער א געוויסע ספעציפישע השגה אין תורה — אין וועלכער עס זענען טאקע דא חילוקים צווישן איין איד און א צווייטן. אום שמחת תורה פרייען מיר זיך איבער אונזער שייכות מיטן נותן התורה, וואס אין דעם זענען דאך אלע אידן גלייך.
ממילא, דער למדן צוזאמען מיטן פשוט'ן איד, כאפן זיך ביי די הענט און גייען אריין אין דעם זעלבן טענצל, פרייענדיג זיך אינאיינעם מיט דער זעלבער תורה, און מיט דער זעלבער אומבאגרעניצטער שמחה!