"יעדער רגע קען מען שעפען אוצרות, מיט עמערס און שיסלען, אין גשמיות און אין רוחניות. און דאס אלץ איז דורך די ריקודים"
ליקוט משיחות קודש בגודל כח השמחה בשמחת תורה
א. מען זאל נישט ווערן מיואש ביי זיך
שמחת תורה דארף יעדער איד ענדיגן די תורה און אנהויבן לערנען איר נאכאמאל פונדאסניי אויף א העכערן אופן. בשעת א איד באטראכט זיך אין זיין מעמד ומצב במשך שנה העברה, קען ער טראכטן ביי זיך: איך בין נאך אינגאנצן נישט פארטיג, איז ווי בין איך שייך דערצו?
.. פונדעסטוועגן זאל ער נישט מיואש ווערן ביי זיך. ווארום די רביים זאגן, אז שמחת תורה דורכן קו השמחה קען מען אויפטוהן דעם זעלבן ענין וואס ראש השנה ויום כיפורים טוען אויפטוהן בקו המרירות. ד. ה. אז אפילו בשעת עס איז דורכגעגאנגען חודש אלול, ימי הסליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה און יום כיפורים, און אפילו יום כיפור צו נעילה האט ער אויך נישט תשובה געטוהן ר"ל, פונדעסטוועגן, בשעת עס קומט שמחת תורה, קען ער תשובה טוהן בקו השמחה. און — לעיני כל ישראל, זיך כולל זיין מיט אידן, וואס דאס קומט מצד גילוי עצם הנשמה, שהנשמות מתאימות, וואס מצד דעם קומט די אמת'ע אהבת ישראל. און אזוי ווי די עצם הנשמה איז דאך אלעמאל גאנץ, איז מצד דעם האט ער אלעמאל בכוח אנצוהויבן נאכאמאל די תורה פון אנפאנג, און אין א העכערן אופן.
ליקוטי שיחות ח"ב, ע' 438
ב. א קבלה אויף מסירת נפש בפועל פאר תורה
בשעת הקפות מיט די ספרי תורה דארף יעדער אויף זיך מקבל זיין דעם ענין פון מסירת נפש בפועל פאר תורה. אונטער די מאנטעלע זענען דא די אותיות התורה, און דער קלף המוקף גויל וואס אויף די אותיות, דאס איז עצמות. תורה און נשמות זענען ביידע מושרשים אין עצמות.
אז מען נעמט דעם ספר תורה איז — אותי אתם לוקחים.
א קאפ און א הארץ האבן נישט אלע, אבער פיס האבן אלע. שמחת תורה זענען אלע אידן גלייך; נישטא דא קיין חילוקים, איז דערפאר בשעת הקפות זאל יעדער אין זינען האבן אויף דעם ענין פון מס"נ בפועל פאר תורה. און דאס איז שמחת תורה, אז די תורה זאל זיך מיט אונז משמח זיין.
כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ, ספר השיחות תש"ה, ע' 55
ג. מען בעט זיך ביים טאטן מיט בלוטיגע טרערן
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק (המוהרש"ב זיע"א) האט אמאל געפרעגט זיין פאטער הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מוהר"ש: וואס איז דער ענין פון הקפות? האט ער אים געענטפערט: הקפות איז, וואס מען בעט זיך ביים טאטן — אבינו שבשמים — מיט בלוטיקע טרערן, היתה לי דמעתי לחם, האב רחמנות ושבור עול הגוים מעל צוארנו.
גוים מיינט דאס דעם גוף און דער נפש הבהמית. מען טאנצט מיטן ספר תורה בשמחה, מיט אן אפענעם קאפ און אן אפענע הארץ, אבער בפנימי פנימיות גיסן זיך בלוטיגע טרערן.
שם
ד. וואס האסטו געטוהן אום שמחת תורה?
א חסיד איז אמאל געקומען צו איינעם פון די אדמו"רי חב"ד ברענגענדיג מיט זיך א שרעקליכע בשורה: זיין משפיע, וועלכער איז שוין געווען עטליכע יאר אויף עולם האמת, איז אים געקומען אין א חלום און דערציילט אז ס'איז ארויס אויף אים א הארבע גזירה אין הימל: איינע פון זיינע קינדער וועלן ר"ל מוזן אוועקגיין פון דער וועלט דאס יאר.
דערציילנדיג דאס פאר'ן רבי'ן, האט דער רבי אפגעזיפצט, אבער גארנישט געזאגט.
דער חסיד האט געהאפט אז דער רבי וועט אוועקמאכן דעם חלום אלס דברים בטלים, אדער אים צוזאגן א ישועה.
די 'שתיקה כהודאה' איז געווען שווערער ווי סיי וואספארא ענטפער.
וויבאלד יום טוב סוכות האט זיך שוין דערנענטערט, איז ער געבליבן ביים רבי'ן אויף יום טוב.
עס איז געקומען שמחת תורה.
בעת דער גאנצער עולם האט מיט התלהבות געטאנצט ביי די הקפות, איז דער דאזיגער טאטע געשטאנען ביים אויוון אין א זייט און געוויינט. ווי אזוי קען ער דען טאנצן? ער קוקט זיך צו ווי אידן פייערן און פרייען זיך, בעת אין זיין קאפ דארף ער זיך שוין גרייטן פאר דאס ערגסטע ר"ל.
אבער דאן האט זיך עפעס א רוק געטאן ביי אים אין הארץ. ס'איז דאך שמחת תורה! וואס אימער ס'טוט זיך אפ אין הימל, און וואס ס'זאל אים נאר אפווארטן אינדערהיים — יעצט אין דעם מאמענט דארף זיך א איד פרייען מיט דער הייליגער תורה.
ער האט זיך אפגעוואשן דאס פנים, און ער איז אריין אינעם רעדל. ער האט געטאנצט בכל כוחות נפשו.
נאך יום טוב, בעפאר'ן אהיים פארן, איז ער ווידער אריין צום רבי'ן. דאס מאל האט אים דער רבי געזאגט אז אלץ וועט זיין גוט; דאס קינד וועט לעבן.
דער חסיד האט זיך געבעטן פאר א קלארע הבטחה. דער רבי האט אים דאס אויך צוגעזאגט, און דערנאך אים א פרעג געטוהן:
"וואס האסטו געטוהן שמחת תורה?"
האט דער חסיד דערציילט ווי אזוי ער איז געשטאנען ביים אויוון און געוויינט טייכן טרערן — און ווי אזוי ער האט זיך דערנאך געצווונגען אפצווואשן דאס פנים און גיין טאנצן.
האט אים דער רבי געזאגט: אט דאס האט איבערגעדרייט די גזירה.
ע"פ ספר המאמרים תרפ״ז, עמ׳ 241
ה. די אכט און פערציג שעה פון שמיני עצרת און שמח"ת
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האט געזאגט, אז די אכט און פערציג שעה פון שמיני עצרת און שמחת תורה דארף מען זייער שטארק מייקר זיין. יעדע רגע קען מען שעפען אוצרות, מיט עמערס און קאדקעס, אין גשמיות און אין רוחניות. און דאס אלץ איז דורך די ריקודים.
כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ, ספר השיחות, תש"ד ע' 30