Skip to content
א חסידי'שע פארברענגען

די פארוואגלטע אידישע ארעסטאנטן אין א ווייטן טורמע אין פלארידע

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

בדידי הוי עובדא - ראויים כל ישראל לישב בסוכה:

די פארוואגלטע אידישע ארעסטאנטן אין א ווייטן טורמע אין פלארידע

דערציילט דורך מוה"ר מענדל הכהן כ"ץ הי"ו, שליח חב"ד, מרבני ארגון 'אלף'

א גאנץ יאר ארבעטן מיר צו פארזיכערן אז די אידישע ארעסטאנטן אין די טורמעס איבער פלארידע - און איבער גאנץ אמעריקע - זאלן האבן אלע זייערע גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע באדערפענישן. ספעציעל ווען עס קומט חודש תשרי לייגן מיר אריין א געוואלד מיט ארבעט צו פארזיכערן אז די ארעסטאנטן באקומען אלעס וואס עס פעלט זיך אויס מקיים צו זיין די מצוות היום, שופר, מנינים און ארבע מינים, אויף די בעסטע שטייגער וואס מען קען.

יענעם יאר איז אונז געלונגען צום ערשטן מאל צו באקומען די נויטיגע פערמיטס אריינצוברענגען סוכות אין די תפיסות אין פלארידע, אין איינקלאנג מיט די טורמע רעגולאציעס. עס איז נישט געווען גרינג צוצוקומען דערצו און עס איז אונז געווען גאר א גרויסע שמחה (אין אנדערע שטעט איז שוין טאקע געווען אזא מעגליכקייט, אבער עכ"פ אין פלארידע האבן זיי עס ביז דאן נישט ערלויבט).

אין איינע פון די טורמעס אין פלארידע האבן מיר זיך אבער אנגעשטויסן אין א פראבלעם. טראץ וואס די סטעיט אדמיניסטראציע האט עס באשטעטיגט, האט די לאקאלע פארוואלטונג פון יענע תפיסה זיך אנטזאגט אונז צו געבן ערלויבעניש אריינצוברענגען א סוכה, סיי צוליב 'זיכערהייט סיבות' און סיי ווייל זיי האבן עס קיינמאל נישט פריער געטוהן.

מיר זענען געווארן שטארק אנטוישט דאס צו הערן, בפרט אז מיר האבן געוואוסט אז אין דעם טורמע האבן זיך דאן געפונען עטליכע אידישע ארעסטאנטן.

קיין סאך צייט האבן מיר אבער נישט געקענט טראכטן דערוועגן. פופצן אנדערע תפיסות האבן ב"ה יא געגעבן די נויטיגע ערלויבעניש, און דאס איז אין צוגאב צו דעם וואס מ'האט געדארפט ארגאניזירן תפילות פאר ראש השנה און יום כיפור, און אפשיקן דריי הונדערט סעטס פון ד' מינים פאר די אידישע ארעסטאנטן.

עס איז געווען פרייטאג, בלויז דריי טעג פאר יו"ט סוכות. איך האב דעמאלט געטראכט אז עס איז באמת א שאד וואס די אידישע ארעסטאנטן אין יענע תפיסה וועלן נישט זוכה זיין צו קיין סוכה. איך האב פרובירט נאכאמאל צו נוצן פארשידענע קשרים, צו קלינגען צו העכערע אינסטאנצן, שיקן אימעילס און מאכן טעלעפאן רופן. אבער נאך עטליכע שעה פון שווערע הארעוואניע איז מיין בקשה ווידער אפגעווארפן געווארן.

די איינציגע נחמה וואס איך האב געהאט איז אז איך האב באמת אלעס פרובירט. איך האב געטוהן מיין השתדלות. פון איצט און ווייטער זענען דאס שוין דעם אויבערשטנס חשבונות.

עס איז געקומען מוצאי שבת. יענע נאכט האבן מיר זיך געגרייט אפצופליען מיט די משפחה צו פראווען דעם יו"ט אין ניו יארק.

ווי ס'איז דער מנהג מוצאי שבת אין אסאך בתי מדרשים אין חב"ד, האט די קהילה נאך מעריב זיך אוועקגעזעצט מיטצוהאלטן די וועכנטליכע ליקוט פון מראות קודש פון רבי'ן, זיך אנצושעפן מיט דברי חיזוק והתעוררות פאר די קומענדיגע וואך.

נאך א קורצער שיחה, האט מען געוויזן א פריוואטן שמועס וואס דער רבי האט אפגעראכטן מיט עטליכע פון די עסקנים אין דער ארגאניזאציע "אלף".

"מיר בעטן פונעם רבין א ברכה פארן מוסד 'אלף', און פאר די אידישע ארעסטאנטן מיט וועלכע מיר ארבעטן לטובתם" האט זיך איינער פון די עסקנים אנגערופן.

"האט איר צוגעגרייט פאר זיי עפעס פאר סוכות?" האט דער רבי זיך נאכגעפרעגט.

דער רבי האט צוגעלייגט "מען דארף פארזיכערן אז די אידן האבן א סוכה אויף יום טוב", אויספירנדיג אז "עס זאלן זיין בשורות טובות".

• • •

די ווערטער האבן מיר געציפט דאס הארץ און איך האב געשפירט ווי זיי זענען געוואנדן צו מיר. דורכאויס דער גאנצער נסיעה קיין ניו יארק האבן דעם רבי'נס ווערטער מיר נישט געלאזט קיין מנוחה: האבן מיר טאקע געטוהן 'אלעס מעגליך' אז יעדער ארעסטאנט זאל האבן א סוכה אויף יו"ט?

מאביליזירנדיג עטליכע חברים און עסקנים, האבן מיר יענע נאכט זיך פון פריש אריינגעלייגט צו טוהן אלעס וואס איז שייך, זיי צו מסדר זיין א סוכה.

יעדער איינער האט גענוצט זיין פראטעקציע אין די פלארידע רעגירונג און זיינע קשרים אין וואשינגטאן, כדי איבערצודרייען דעם באשלוס פון די תפיסה באאמטע. מיר האבן גערופן, געשיקט אימעילס און געפאדערט מיט א תוקף אז מיר מוזן האבן א סוכה!

זונטאג, ערב סוכות פארמיטאג. זיצנדיג אויף א באן אין ניו יארק באקום איך א טעלעפאון קאלל. אויף די אנדערע זייט רעדט דער הויפט טשאפלעין פון די תפיסה. "ראביי," זאגט ער מיר, "מען האט אייך באשטעטיגט רשות צו בויען די סוכה!"

די שמחה איז געווען אין לשער. אבער דא האב איך זיך געטראפן אין א פרישע פארלעגנהייט. וויאזוי טרעף איך יעצט א סוכה וואס וועט נאכקומען די פונקטליכע פארלאנגען פון די תפיסה באאמטע (אן קיין אייזן אדער האלץ אין די ווענט) ווען אין קארגע זעקס שעה ארום איז שוין יום טוב, און דא בין איך אינעם סאבוועי אן קיין סערוויס! יעדע רגע איז קריטיש.

שטעלט זיך ארויס אז דער באשעפער פירט זיין וועלט מיט א פונקטליכער פלאן. פלוצלינג קומט די באן צו אן אומגעראכטענעם אפשטעל. פון דעם הויכהילכער רופט מען אויס אז צוליב א טעכנישער פראבלעם, ווערן אלע געבעטן ארויסצוגיין פון די וואגאנען און ווארטן אויפן קומענדיגן באן.

שנעל האב איך מברר געווען ווער עס איז דער שליח אין די געגנט פון יענע תפיסה און גלייך קלינג איך צו אים אינדערהיים.

אין עטליכע מינוט איז די סוכה שוין געלעגן אין א קאר סערוויס אויפן וועג צום טורמע און צום זמן כניסת החג איז די סוכה געשטאנען מיט איר פולסטן פראכט און די אידישע ארעסטאנטן האבן פייערליך געפראוועט דעם יום טוב מיט אירע מצוות.

• • •

דעם ערשטן נאכט סוכות. איך זיץ ביי מיר אין סוכה ארומגערינגלט מיט מיינע קינדער און בני בית. און פלוצלינג האט מיר אויפגעבליצט א מחשבה אין קאפ:

דער רבי האט דאך מיט זיין ווייטן בליק מיר נישט געלאזט פארגעסן איבער עטליכע פארוואגלטע אידן, וואס שמאכטן ווייט אוועק אין א טורמע אין פלארידע. אז איך זאל געדענקן ווי וויכטיג זייער קיום המצוות איז און ווי טייער זיי זענען ביים באשעפער אין הימל.

וואס איז אבער מיט מיינע אייגענע קינדער - מיינע אייגענע בני בית? צי ווייסן זיי ווי טייער און באליבט זיי זענען ביים טאטן אין הימל? צי דערהערן זיי וואספארא ראלע זיי שפילן אלס א וויכטיגע טייל פון כלל ישראל? צי פארשטייען זיי די אומשאצבארע טייערקייט פון זייערע קליינע מצוות און מעשים טובים?

און וואס איז מיט זיך אליין? צי דען דערהער איך ווי טייער און באליבט איך בין ביים באשעפער אין הימל?

More in this printout

View the whole printout