Skip to content
א קוואל פון חיזוק - אידיש

די הייליגע סוכה פון רבי מאטעלע ראחמיסטריווקער זי"ע און איר היסטאריע

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

די הייליגע סוכה פון רבי מאטעלע ראחמיסטריווקער זי"ע און איר היסטאריע

די מקורות פון די מעשה

מיר גייען פארציילן א סיפור נורא איבער די סוכה פונעם הייליגן רבי מאטעלע ראחמיסטריווקא זי"ע, וואס ער האט געהאט בירושה פון זיין טאטן רבי יוחנ'טשע (הראשון) זי"ע, און ער פון זיין טאטן דער טשערנאבלער מגיד זי"ע, און ער פון זיין טאטן דער הייליגן 'מאור עינים' זי"ע, און ער פון זיין טאטע רבי צבי זי"ע, און ער פון זיין טאטע רבי נחום גאון, וועמען מען האט גערופן 'רבי אדם בעל שם'. אין ספר 'שבחי הבעש"ט' שטייט אז דער הייליגער בעל שם הק' זי"ע האט געלערנט די 'כתבים' פון רבי נחום גאון אינאיינעם מיט ר' נחום, און ווען רבי נחום גאון איז נפטר געווארן, האט ער איבערגעגעבן די כתבים פאר'ן הייליגן בעל שם הקדוש.

כאטש ער האט דאס נישט געוואלט פארקויפן פאר כל הון דעלמא, האט ער פון די אנדערע זייט, ווען עס איז געקומען צו טון א טובה פאר א צווייטן איד, נישט געטראכט קיין מינוט און אלעס אוועקגעגעבן כדי צו ראטעווען א צווייטן.

די מעשה ווערט געברענגט אין ספר 'ירושלים של מעלה' און אין נאך פלעצער. אבער מיר ווילן דא צולייגן אז הגה"צ ר' ישראל חיים אשרי שליט"א ברענגט אין זיין ספר 'שיח זקנים' (ח"ב דף ע"ג) מער פרטים איבער די מעשה, וואס ער האט אליין געהערט פון הגה"צ ר' מרדכי אהרן שענבערגער, וואס ער האט דאס געהערט פון זיין שוועסטער-קינד, וואס האט עס געהערט פון זיין פעטער, מיט וועמען די מעשה אליין איז געשען.

דאס איז א גאר גרויסער אוצר, ווייל די מעשה וואס מיר גייען פארציילן איז זייער באקאנט, אבער מיט וועמען עס איז געשען איז נישט אזוי ידוע. דא האבן מיר געטראפן אן אוצר אז די מעשה איז געשען מיט א משפחה מיטגליד פון ר' מרדכי אהרן שענבערגער, וועלכער האט מקבל געווען די מעשה איש מפי איש.

איידער מיר פארציילן די מעשה, וועלן מיר מקדים זיין עטליכע קורצע סיפורים כדי זיך אביסל צו באקענען מיט די הייליגע גזע פון וועמען מיר רעדן דא.

די גזע הקודש פון טשערנאבל און ראחמיסטריווקא

עס איז באקאנט אז דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זי"ע האט געהאט קינדער מלאכי אלקים. דער עלטסטער איז געווען רבי אהרן טשערנאבלער זי"ע, און דער יונגסטער איז געווען רבי יוחנ'טשע ראחמיסטריווקער זי"ע. עס איז ידוע אז ער האט זיך אויסגעדריקט, אז דער טאטע האט איבערגעלאזט פאר יעדן קינד א ירושה, און ווען עס איז געקומען די רייע פון רבי משה קאריסטשובער זי"ע האט ער געזאגט: "איך האב גע'ירש'נט דעם 'גארנישט' – די ענווה". ווען עס איז געקומען די רייע פון רבי יוחנ'טשע - וואס ער איז געווען דער יונגסטער - האט ער זיך אנגערופן: "און איך האב גע'ירש'נט דעם 'גארנישט פונעם גארנישט'..."

רבי יוחנ'טשע האט געהאט פיר קינדער, מלאכי אלקים. דער עלטסטער איז געווען רבי דוד זלאטעפאלער זי"ע, דער צוייטער איז געווען רבי מאטעלע ראחמיסטריווקא זי"ע, איבער וועמען מיר גייען פארציילן די מעשה. ער איז געווען דער זיידע פונעם סקווערער רבי'ן זי"ע, ווייל זיין זון, רבי פיניעלע אוסטילא זי"ע, האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פונעם בעלזער רב, הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע, און זיי האבן געהאט א טאכטער, די רעבעצין טראנא ע"ה, וואס האט חתונה געהאט מיט'ן סקווערער רבי'ן זי"ע. קומט אויס אז די סקווערער גזע זענען אייניקלעך פון רבי מאטעלע ראחמיסטריווקא.

דערנאך איז געווען דער ברודער רבי נחומ'טשע ראחמיסטריווקא זי"ע, פון וועמען עס איז ארויסגעקומען די גאנצע גזע ראחמיסטריווקא, רבותיהם ולדורותיהם ביז היינטיגן טאג, אין ירושלים און אין אמעריקע, זיי זענען אלע אייניקלעך פון רבי נחומ'טשע. דער דריטער ברודער איז געווען רבי וועלוועלע ראחמיסטריווקא זי"ע, אויף וועמען דער סטייפלער זי"ע האט געזאגט אז אינדערהיים אין רוסלאנד איז האט ער גע'שמ'ט אלס א גאון הגאונים.

די אלע דריי ברידער זענען, צוליב די פאגראמען אין אוקריינא, עולה געווען קיין ארץ ישראל. קודם איז רבי מאטעלע ארויפגעגאנגען אין יאר תרס"ה, שפעטער איז רבי נחומ'טשע ארויפקומען אין תרפ"ו, און דערנאך איז רבי וועלוועלע ארויפגעקומען אין תרצ"ד.

אין ספר 'אמרות טהורות' (סיפורי קודש ח"א דף רס"ב), ברענגט דארטן דער ראחמיסטריווקא רבי זי"ע אז ער האט געהערט פונעם הייליגן בעלזער רב, הרה"ק מהר"א זי"ע, וואס האט אמאל געזאגט צו זיין טאטן רבי יוחנן'טשע זי"ע, אז זיין טאטע רבי ישכר דוב זי"ע פלעגט אסאך רעדן נאכן פראווען דעם טיש פונעם הייליגן טשערנאבלער מגיד מיט זיינע הייליגע קינדער, ובפרט וועגן זיין זיין רבי אהרן טשערנאבלער.

ער האט צוגעענדיגט מיט די ווערטער: "דער טאטע ז"ל פלעגט רעדן פונעם טשערנאבלער מגיד און זיינע קינדער גאנצע שעה'ן. און פונעם פעטער רבי יוחנן'טשע מיט זיינע קינדער פלעגט ער שמועסן גאנצע האלבע שעה'ן". און ווען ער האט געענדיגט פארציילן די סיפורים, פלעגט ער זאגן: "סאמע מלאכים, סאמע מלאכים!" (-לויטערע מלאכים, לויטערע מלאכים!).

דער בעל 'אמרות טהורות' צייכענט צו, אז ווען ער פלעגט הערן דער בעלזער רב זי"ע, רעדן וועגן די טשערנאבלער קינדער און אייניקלעך, האבן זיינע צוויי הייליגע הענט געציטערט, און ער פלעגט אויספירן: "זיי זענען אלע געווען מלאכים ממש, מלאכים ממש!"...

די געוואלדיגע עבודת הקודש פון רבי מאטעלע

רבי מאטעלע ראחמיסטריווקא איז געווען א מלאך אלקים צבקות. פון איין זייט איז זיין פשטות און באהאלטנקייט געווען מורא'דיג, מען האט גארנישט געקענט ארויסזען. זיין דאווענען איז נישט געווען מיט קיין חיצוניות'דיגע תנועות, און זיין לערנען איז געווען גאר באהאלטן. פונדעסטוועגן האט זיין עבודת הקודש ארויסגעשיינט ווי די זון אינמיטן טאג.

אין 'שיח זקנים' ווערט דערציילט, אז ער האט געהערט פון הרה"ק דער ראחמיסטריווקער רבי זי"ע בעל 'אמרות טהורות', אז דער 'פראנקפורטער' – דער הייליגער רבי ישראל פון סטאלין זי"ע, וואס איז געווען א פלומעינק פון רבי מאטעלע ראחמיסטריווקא – האט געזאגט אזוי:

"עס איז באקאנט אז רבי מאטעלע פלעגט פאסטן משבת לשבת, פונדעסטוועגן האט זיין פנים געלאכטן כאילו ער וואלט יעצט געגעסן א סעודה". דער פראנקפורטער האט אויסגעפירט: "איך האב געזען אסאך וואס האבן געפאסט משבת לשבת, אבער אזא שיינע צורה ווי רבי מאטעלע האב איך נישט געזען".

נישט געגעסן פערציג יאר!

דער טשערנאבלער רבי שליט"א פון ארץ ישראל האט נאכגעזאגט וואס ער האט געהערט פון ר' פייוול'ע זאק ז"ל: ער איז געווען אין שטאט בעלזא ווען רבי מאטעלע ראחמיסטריווקא – דער טאטע פון רבי פיניעלע וואס איז געווען אן איידעם אין בעלזא – איז געקומען זיך געזעגענען פונעם הייליגן בעלזער רב, הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע און פון זיין זון פאר'ן גיין קיין ארץ הקודש.

דער הייליגער רבי ישכר דוב האט זיך דעמאלטס אנגערופן אין שטוב, איידער ער איז אריין צום טיש ליל שבת קודש: "איך דארף האבן א שטארקע הכנה, ווייל עס איז צו מיר געקומען עמיצער וואס האט נישט געגעסן פערציג יאר!"

רבי פייוול איז געווען זייער נייגעריג און איז געלאפן זען די צורה פונעם הייליגן רבי מאטעלע. ער האט דערציילט אז עס האט אויסגעזען ווי ער וואלט יעצט געגעסן 'א גאנצע קאטשקע'...

דער טשערנאבלער רבי שליט"א האט צוגעלייגט, אז עס איז מקובל פון זיינע אבות הקדושים אז רבי מאטעלע ראחמיסטריווקא האט נישט געגעסן און געטרונקען א גאנצן טאג, ערשט חצות לילה האט ער אביסל געטרונקען, און דאס איז עס.

נאך א זאך האט דער ראחמיסטריווקער רבי זי"ע דערציילט, אז ר' וועלוול אייזנבאך זצ"ל - מנקיי הדת שבירושלים - האט אים געזאגט, אז מוצאי שבת קודש פלעגט ער עסן איין לעפעלע קאשע מיט פיר-פינף באנדלעך, און דאס איז געווען זיין גאנצע מאכל פאר א גאנצע וואך. דאס הייסט, געטרונקען האט ער ביי חצות לילה, אבער געגעסן האט ער נאר מוצאי שבת ביי מלוה מלכה איין לעפעלע, וואס האט אים געדארפט האלטן א גאנצע וואך.

דער ראחמיסטריווקער רבי פון ארץ ישראל, הרה"ק רבי ישראל מרדכי זי"ע, האט דערציילט, אז ווען רבי מאטעלע, פלעגט עסן די כזיתים ליל פסח, איז זיין פנים געווען פארפלאמט ווי א 'לפיד אש'. אבער וויבאלד ער איז נישט געווען צוגעוואוינט צו עסן, פלעגט ער אויסברעכן די כזיתים, און עס האט געדויערט עטליכע חדשים ביז זיין גוף איז צוריק געקומען צו זיך.

דער סקווערער רבי זי"ע האט דערציילט, אז ווען עס איז געקומען די טעג פון שובבי"ם, איז געווען איינער פון די געהויבענע חסידים וואס האט געוואלט נאכמאכן דעם זיידן רבי מאטעלע און פאסטן משבת לשבת. דער סקווערער רבי האט אויסגעפירט: דעם ערשטן טאג איז אלעס דורכגעגאנגען בשלום, דעם צווייטן טאג האט זיך יענער שוין געשפירט גאר שוואך, דעם דריטען טאג איז ער שוין געלעגן אין בעט און געמוזט איבעררייסן דעם תענית... אבער דער זיידע רבי מאטעלע האט געהאט א פרייליך פנים א גאנצע וואך!

רבי שמעון קאסטעלאניץ זי"ע האט נאכגעזאגט, אז רבי דוד'ל בידערמאן פון ירושלים זי"ע האט געזאגט: "פאסטן משבת לשבת איז איין זאך, אבער האבן אזא רויטע גענאק נאכ'ן פאסטן ביי קידוש? דאס איז שוין א חידוש!"

די ירושה פון די זיבן ברעטער פונעם מאור עינים

דאס איז די הקדמה צו די מעשה, כדי מיר זאלן פארשטיין כאטש אן 'אפס קצהו' פון די לעכטיגקייט פונעם גרויסן צדיק יסוד עולם רבי מאטעלע ראחמיסטריווקא. יעצט לאמיר גיין צו די מעשה.

ווען רבי מאטעלע איז אנגעקומען קיין ארץ הקודש האט ער נישט געהאט קיין סאך געלט, אבער ער האט געהאט א געוואלדיגע ירושה. איינע פון די זאכן אין זיין ירושה זענען געווען 'זיבן ברעטער' פון די סוכה פונעם הייליגן מאור עינים זי"ע. דער מאור עינים האט עס באקומען בירושה פון זיין טאטע רבי צבי, וואס האט דאס גע'ירש'נט פון זיין טאטן רבי נחום גאון. דעם רבי נחום גאון פלעגט מען רופן 'רבי אדם בעל שם'.

די זיבן ברעטער זענען אריבער בירושה צום הייליגן טשערנאבלער מגיד, און נאכדעם האט דאס זיין יונגסטער זון, רבי יוחנ'טשע ראחמיסטריווקא, גע'ירש'נט. רבי מאטעלע האט עס גע'ירש'נט פון זיין טאטן און עס מיטגעברענגט קיין ירושלים. אין זיין סוכה האט רבי מאטעלע געשטעלט די אלע זיבן ברעטער ביים מזרח וואנט, און אויף יעדע ברעט איז געווען אויפגעשריבן איינע פון די זיבן ספירות: חסד, גבורה, תפארת, נצח, הוד, יסוד, מלכות. לויט ווי עס איז מקובל, האט די ספירות געשריבן רבי צבי, דער זון פון רבי נחום גאון.

די הייליגע ציורים און סודות פון דער סוכה

רבי מאטעלע איז כידוע געווען א געוואלדיגער 'בעל מצייר', און עס געפינען זיך נאך ביזן היינטיגן טאג הערליכע בילדער וואס ער אליין האט געמאלן.

אין ספר 'שופרי' דרבי יוחנן' (פרק י"ח) ווערט געברענגט בשם דעם ראחמיסטריווקער רבי'ן זי"ע, אז זיין זיידע רבי מאטעלע ראחמיסטריווקער זי"ע האט געהאט אן עבודה נשגבה אין מאכן ציורים אויף האלצערנע אדער זילבערנע כלים.

די עבודת הקודש פלעגט ער טאן טאג-טעגליך גלייך נאכן דאווענען. אין זיינע שפעטערע יארן האט ער זוכה געווען צו טאן די עבודה ווען ער איז נאך געווען מעוטף בטלית ומעוטר בתפילין. עס איז פארשטענדליך אז אין דעם כח הציור זענען געווען באהאלטן געוואלדיגע און הויכע סודות.

דער באוואוסטער חסיד ר' חיים הערש אייזנבאך זצ"ל מנקיי הדעת שבירושלים, וואס ער איז געווען כידוע אדוק ומקושר צום הייליגן רבי מאטעלע ראחמיסטריווקא, האט זייער שטארק מפציר געווען ער זאל אים אויסזאגן דעם טעם, אבער רבי מאטעלע האט אים נישט אויסגעזאגט דעם טעם.

איינמאל האט ער אים זייער שטארק געבעטן, האט ער אים פארציילט די מעשה: נאך זיין חתונה האט זיך אסאך מאל פאסירט אז נאכן דאווענען האט ער זיך נישט געקענט צו זיך קומען מחמת גרויס דביקות וואס ער האט געהאט ביים דאווענען, ביז ס'איז אנגעקומען צו א מצב פון סכנת נפשות ממש. איז ער אריינגעגאנגען צו זיין טאטן, דעם הייליגן רבי יוחנ'טשע ראחמיסטריווקא, און ער האט אים געבעטן אן עצה. האט ער אים געזאגט אז ער זאל עוסק זיין אין א דבר גשמי, און מיט דעם וועט ער זיך משיב זיין נפשו און נישט אויסגיין פון דביקות. און ממילא וועגן דעם איז ער עוסק אין די ציורים יעדן טאג נאכ'ן דאווענען.

רבי מאטעלע האט צוגעלייגט קליינטשיגע 'תגים' אויף די אותיות, וואס מען האט נאר געקענט זען מיט א פארגרעסערונג גלאז, און קיינער האט נישט געוואוסט די סודות פון די דאזיגע 'תגים'.

ארום די ווענט פון דער סוכה, אויסער די ווערטער פון די זיבן ספירות, זענען געווען אויסגעצייכנט אויג-פארכאפנדע ציורים וואס רבי מאטעלע אליין האט געמאלן, באצירט מיט אותיות און יחודי שמות. די זקני ירושלים פלעגן דערציילן אז רבי חיים שאול הכהן דוויק זי"ע, וואס איז געווען א מלאך ה' צבאות, איז אמאל אריינגעקומען און געזען די ברעטער, און ער האט זיך אויסגעדרוקט: "האיר פני המזרח!"

רבי מאטעלע איז נישט מסכים אוועקצוגעבן די הייליגע ברעטער אפילו פאר כל הון דעלמא

יעצט לאמיר גיין צו די מעשה וואס האט פאסירט אין יאר תרע"ה. אין יענעם יאר איז די סוכה פלוצלינג נעלם געווארן... און קיינער האט נישט געוואוסט וואו זי איז אהינגעקומען. עס האט געדויערט עטליכע חדשים ביז מען איז געוואר געווארן די גאנצע מעשה. די סיבה פארוואס מען האט נישט געוואוסט דערפון, וועלן מיר באלד זען אין א שטיקל וואס שטייט אין 'שיח זקנים', וואס ווערט נישט אראפגעברענגט אין 'ירושלים של מעלה'.

איידער מיר גייען ווייטער צו די אנדערע חלק פון די מעשה, דארף מען מקדים זיין אז אין יאר תרס"ח, זיבן יאר פאר די מעשה, איז אנגעקומען פון בארדיטשוב ר' הערשל גענעכאווסקי ז"ל. ער איז געווען א גרויסער נגיד, א בר דעת, און א גרויסער מבין אויף תשמישי קדושה. ער האט געהערט אז דער ראחמיסטריווקער רבי, רבי מאטעלע, פארמאגט גאר טייערע אוצרות. ער איז געקומען צו רבי מאטעלע און אים אנגעבאטן אן עצומ'דיגן סכום געלט, מיט וואס רבי מאטעלע וואלט געקענט שפייזן זיין גאנצע שטוב זיין גאנץ לעבן מיט הרחבה, אבער רבי מאטעלע האט נישט געוואלט הערן דערפון.

יעצט וועלן מיר זען ווי דער הייליגער רבי מאטעלע ראחמיסטריווקער, וואס פון איין זייט האט ער נישט געוואלט פארקויפן די ברעטער פאר קיין שום געלט אין די וועלט, האט עס אוועקגעגעבן בחנם, אן בעטן אפילו א פרוטה, כדי צו ראטעווען א אידיש קינד.

ראטעווען א אידיש קינד מיט די הייליגע ברעטער!

ווי מיר האבן מקדים געווען פונעם ספר 'שיח זקנים', איז די מעשה געווען מיט א משפחה מיטגליד פון ר' מרדכי אהרן שענבערגער, וועלכער האט דערציילט אז דאס האט פאסירט מיט זיין פעטער. אין יענעם יאר תרע"ה האט געבושעוועט א מסוכנ'דיגע מחלה, און איינער פון די קינדער אין ירושלים איז נעבעך קראנק געווארן. ווער עס איז קראנק געווארן מיט יענע מחלה האט כמעט נישט געהאט קיין אויסוועג איבערצולעבן, און די איינציגסטע רפואה דעמאלטס איז געווען זיך צו באדן אין א הייסע וואנע.

עס איז אבער געווען די צייטן פון די ערשטע וועלט מלחמה, און אין ירושלים איז קוים געווען עפעס צו עסן. עס זענען נישט געווען קיין העלצער און קיין שום מיטלען צו הייצן. דער טאטע פונעם קינד איז געווען אובד עצות. ער איז געגאנגען צום הייליגן צדיק רבי מאטעלע ראחמיסטריווקער מזכיר זיין דאס קינד, און אים דערציילט זיין גרויסע מצוקה.

ווי נאר ער האט געענדיגט פארציילן זיין צער, האט אים רבי מאטעלע געזאגט: "קום מיט מיר". ער איז געגאנגען מיט רבי מאטעלע צו דעם ארט וואו די הייליגע זיבן ברעטער פון די סוכה זענען געווען באהאלטן—די ירושה פונעם הייליגן מאור עינים, פון רבי צבי בעל שם טוב, פון רבי נחום גאון און רבי אדם בעל שם. רבי מאטעלע זאגט אים: "גיי שנעל, נעם די אלע ברעטער, הייץ אן דערמיט די וואסער און געב דיין זון א הייסע באד, און בעזרת השם וועט ער געזונט ווערן..."

איידער ער האט אים געגעבן די ברעטער, וויבאלד זיי האבן געהאט אויף זיך שמות הקדושים, האט רבי מאטעלע געזאגט אז מען דארף קודם אראפנעמען די שמות. דער איד איז געשטאנען אינגאנצן פארציטערט: ער זאל אראפנעמען די שמות הקדושים? ער זאל נעמען די הייליגע ברעטער פון שרפי מעלה און זיי אריינווארפן אין פייער צו הייצן א וואנע? ער האט עס נישט געקענט באווייזן. אבער רבי מאטעלע האט אים געזאגט: "בגזירת רב דארפסטו מיר פאלגן!"

דער איד האט אנגעהויבן אראפצונעמען די שמות, בשעת רבי מאטעלע שטייט איבער אים און מאכט זיכער אז מען נעמט זיי אראפ כדבעיא, כדי עס זאל נישט זיין קיין מחיקת השמות. נאכדעם איז ער געגאנגען, צושניטן די העלצער, אנגעווארעמט א באד פאר זיין קינד, און דאס קינד איז טאקע געזונט געווארן.

די באהאלטענע מסירות נפש פון צדיק

אין ספר 'שיח זקנים' שטייט אז מרדכי אהרן שענבערגער האט מקבל געווען די מעשה, אז רבי מאטעלע האט אנגעזאגט דעם טאטן ער זאל עס פאר קיינעם נישט דערציילן, און ער האט עס אפילו נישט געזאגט פאר זיינע גבאים. דערפאר האט קיינער נישט געוואוסט וואו די ברעטער זענען אהינגעקומען און וואס דא איז געשען. פארשטייט זיך, עטליכע חדשים שפעטער איז די מעשה ארויסגערינען.

דער מוסר השכל פון דעם סיפור

דער לימוד פון די מעשה איז אן א שיעור. יעדער איינער קען זיך לערנען דערפון מורא'דיגע זאכן. מיר וועלן עס לאזן פאר יעדן איינעם אז עס זאל זיין ווי אן 'אמבטי רותחת', א קאכעדיגער קעסל, וואס יעדער זאל ארויסנעמען דערפון וואס ער דארף.

פון איין זייט זעט מען רבי מאטעלע ראחמיסטריווקער, א מלאך אלוקים, אויף וועמען דער הייליגער רבי ישכר דוב בעלזער האט געזאגט אז מען דארף זיך אנגרייטן איידער מען גייט אריין צום טיש פון א איד וואס פאסט שוין פערציג יאר. ער פלעגט פאסטן משבת לשבת, און ביי קידוש איז זיין פנים געווען רויט ווי פייער. פון די אנדערע זייט, ווען עס איז געקומען צו העלפן א אידיש קינד—ווען דער טאטע איז סך הכל געקומען מזכיר זיין זיין זון און אפילו נישט געבעטן קיין עצה—האט ער אלעס אוועקגעלייגט כדי אים צו ראטעווען!

דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין זיך אפצולערנען פון די דרכי הצדיקים, זייער עבודה און זייער מסירות נפש, סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו.

א לעכטיגע קוויטל און א שמחת יו"ט!

More in this printout

View the whole printout