שמחת בית השואבה: דער סוד פון טאנצן ביי אידן - מען שפרינגט!
- Sukkos
- 5787
- Yiddish
שמחת בית השואבה
דער סוד פון טאנצן ביי אידן - מען שפרינגט!"ושמחתם לפני ה' אלקיכם שבעת ימים"
מיר געפינען ביי דעם יו"ט סוכות במיחוד די מצוה פון צו זיין בשמחה.
אין די תורה הקדושה שטייט (ויקרא כג, מ) "וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן...", און ס'שטייט ווייטער אין פסוק: "וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים". דער הייליגער רמב"ם לערנט ארויס אז די גאנצע שמחה וואס איז געווען ביי שמחת בית השואבה איז בעצם מצד די כלליות'דיגע מצוה פון "וְשָׂמַחְתָּ בְּחַגֶּךָ" (דברים טז, יד), אז מען דארף זיין פרייליך יו"ט.
נאָר דער הייליגער רמב"ם פרעגט א קשיא: וואס עפעס איז יו"ט סוכות אזוי באזונדער, אז מיר טרעפן אז די לויים האבן געשפילט און ווער עס האט נאַר געקענט מוסיף זיין מיט כלי זמר האט געשפילט, און מיר טרעפן אז "חסידים ואנשי מעשה היו מרקדין לפניהם"? אויב, ווי דער רמב"ם זאגט, איז דאס א מצוה וואס איז נוגע יעדן יו"ט, פארוואס טאקע האט מען ביי יו"ט סוכות ספעציעל געמאכט שמחת בית השואבה?
זאגט דער רמב"ם אין הלכות לולב (וואס איז איינס מיט הלכות שופר און סוכה) אין פרק ח' הלכה י"ב: "אף על פי שכל המועדות מצוה לשמוח בהם", אלע ימים טובים דארף מען זיין פרייליך, "אבל בחג הסוכות היתה שם במקדש שמחה יתירה", ביי חג הסוכות איז געווען א שמחה יתירה, "שנאמר", ווי עס שטייט אין פסוק: "ושמחתם לפני ה' אלקיכם שבעת ימים", אז מען זאל זיך פרייען פאר'ן אייבערשטן זיבן טעג.
פארוואס איז יו"ט סוכות מער באזונדער מיט שמחה?
לכאורה דארף מען פארשטיין: וואס איז טאקע דער פשט? פארוואס איז יו"ט סוכות מער באזונדער מיט א מצוה פון שמחה ווי אלע אנדערע ימים טובים?
מיר זעען אז די גמרא האט מייחד געווען א גאנצן פרק דערויף, און אין די משנה שטייט: "מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו".
דער הסבר דערפון געפינען מיר אינעם הייליגן 'אלשיך הקדוש' וואס זאגט: כל זמן א מענטש טוט עבירות, נעמען די קליפות צו די גאנצע שפע פון די תורה, מצוות און תפילות וואס דארפן אראפברענגען א געוואלדיגע השפעה פאר דעם מענטש. זיי גנב'ענען דאס צו, און מיר דארפן מקיים זיין די מצוה פון השבת אבידה. "וְשָׁבִיתָ שִׁבְיוֹ" (דברים כא, ב) - מיר דארפן צוריקנעמען פון געפענגעניש די אלע מיליאנען און די גאנצע שפע רב וואס די סטרא אחרא האט צוגענומען פון אונזערע מצוות, סיי דעם רוחניות'דיגן שכר און סיי דעם גשמיות'דיגן שכר.
קומט אויס אז יום כיפור, ווען מיר האבן געטון תשובה און מיר זענען נתרצה געווארן ביים רבונו ישראל איז ארויס מיט א זיג. דער לשון המדרש אין מדרש תהלים און אין נאך פלעצער זאגט: "אבל בחג לפי שנטלו הנפשות דימוס שלהם ביום הכיפורים", מיר זענען ארויס לחירות, "כמו שכתוב כי ביום הזה יכפר עליכם, ועוד שהתבואה ופירות האילן בפנים", מיר זענען געבענטשט מיט א גוטע שפע און אלע גוטע פירות, "לפיכך כתיב שם שלוש שמחות", דריי מאל שטייט שמחה: "שנאמר ושמחת בחגך, ושמחתם לפני ה' אלקיכם, והיית אך שמח". קומט אויס אז דער מקור הדברים פונעם אלשיך הקדוש שטייט שוין בעצם אין מדרש.
דער הייליגער 'קדושת לוי' זי"ע מיט'ן הייליגן 'חתם סופר' זי"ע גייען אויך אין דעם מהלך, אז די געוואלדיגע שמחה אין יו"ט סוכות איז צוליב די מחילת עוונות. זיי לייגן נאך צו דעם באקאנטן יסוד, אז ביי יו"ט סוכות איז 'ראשון לחשבון עוונות', און 'זדונות נהפך לזכיות'. דאס טייטש: יום כיפור איז נאָר געווען 'זדונות כשגגות', אבער יעצט יו"ט סוכות ווערן די זדונות גערעכנט ווי זכיות, ממילא איז עס א געוואלדיגע שמחה.
לויט דעם וואס מיר האבן יעצט געשמועסט, אז עס איז א געוואלדיגע שמחה צוליב מחילת עוונות, פארשטייט מען זייער גוט דעם רמב"ם. הגם אין אלע אנדערע ימים טובים איז דא א מצוה לשמוח, איז עס אבער ספעציעל ביי יו"ט סוכות, ווייל מען האט מוחל געווען אלע עבירות אינעם יום הקדוש, און יעצט ברוך השם קומט צוריק די גאנצע שפע.
דער סוד און ביאור פון ריקודים לויט'ן 'חתם סופר'
לכאורה, וואס איז דער באזונדערער ענין וואס מיר טרעפן ביי שמחת בית השואבה, אז "חסידים ואנשי מעשה היו מרקדים לפניהם"? וואס איז געווען דער ענין פון די רקידה?
עס איז דא א ספר פון א תלמיד פונעם חתם סופר, שו"ת 'מחולת מחנים', וואס ברענגט בשם זיין רבי'ן, דער הייליגער חתם סופר, א דבר נפלא מאוד לגבי דעם ענין פון ריקודים.
דער הייליגער חתם סופר איז מסביר: וואס איז דער ביאור אז א מענטש טאנצט ווען ער איז בשמחה? זאגט ער אז דער סוד הדברים איז אזוי: מיר ווייסן אז חז"ל זאגן אונז אויפ'ן פסוק "כל הנשמה תהלל קה", אז "על כל נשימה ונשימה תהלל קה" - אויף יעדן אטעם דארף מען לויבן דעם אייבערשטן. און דער מדרש זאגט אז בעצם וויל די נשמה ארויסגיין פון דעם מענטש יעדע סעקונדע, אבער נאכדעם גייט זי צוריק.
דער פשט איז, ווי די מפרשים זענען מבאר, אז די נשמה וויל בעצם צוריק ארויפגיין צו איר שורש, אבער ווען זי זעט אז דא אויף דער וועלט קען זי מאכן א נחת רוח און לויבן דעם אייבערשטן, בלייבט זי. די שירה וואס מיר זינגען דא איז פיל חשוב'ער ווי די שירה פון די מלאכים, ווייל די מלאכים קענען נישט אנהייבן זאגן שירה ביז מיר זאגן שירה, ווי מיר זאגן "כתר יתנו לך המוני מעלה עם עמך ישראל קבוצה מטה". נאַר דורך דעם וואס אידישע קינדער דא אונטן זאגן שירה, ערשט דעמאלטס קענען די מלאכים לויבן, ממילא קומט די נשמה צוריק.
עכ"פ, זאגט דער הייליגער חתם סופר, לאמיר יעצט גיין צום ענין פון ריקודים. דער ענין פון ריקודים איז אז די נשמה פון א מענטש וויל זיך אפטיילן פון דעם גשמיות'דיגן עפר, און דעריבער גיט ער א טאנץ אין די לופט. ער וויל זיך אויפהייבן און זיך מנתק זיין פון דעם "עפר אתה ולעפר תשוב", וואס ווייזט אויף כליון און מיתה, ווייל נאך הונדערט און צוואנציג יאר לייגט מען דעם גוף אריין אין דער ערד. די נשמה וויל אז דער מענטש זאל געבן א טאנץ און ארויפגיין העכער און העכער. זאגט דער הייליגער חתם סופר: עס האלט נאָר אן אפאר רגעים, ווייל גלייך נאכדעם ציט דער גוף די נשמה צוריק אראפ.
דאס איז דער סוד פון א ריקוד: ווען א מענטש'ס נשמה שטארקט זיך און עס בויט זיך אויף א מורא'דיגע התלהבות צום אייבערשטן, ברענט עס אויף אזא אופן אז די נשמה שלעפט מיט דעם גוף בעל כרחו זיך מנתק צו זיין פון דער ערד, און ער גיט א טאנץ אין די לופט, ווייל די נשמה קען נישט פארטראגן צו זיין צוגעבונדן צום עפר. אבער זאגט דער הייליגער חתם סופר, מען קען נישט צו לאנג בלייבן אין די לופט, ווייל סוף כל סוף האט דער אייבערשטער אזוי געמאכט אז די 'נשמת חיים' זאל אריינגיין אינעם גוף האדם וואס איז באשאפן געווארן 'עפר מן האדמה', און דאס ציט די נשמה צוריק.
די ספעציעלע מדריגה פון טאנצן ביי שמחת בית השואבה
אבער דער הייליגער חתם סופר זאגט, אז ביי שמחת בית השואבה, וואו מ'האט געשעפט רוח הקודש, האבן די הייליגע תנאים און אמוראים געמאכט ריקודים אויף אן אופן אז מ'איז געבליבן אסאך לענגער אין די לופט.
דער הייליגער רמב"ם זאגט אויף דעם "חסידים ואנשי מעשה היו מרקדין לפניהם", אז נאָר די גדולי הדור פלעגן טאנצן. דער ביאור הענין איז, ווייל ביי די ריקודים פון שמחת בית השואבה איז מען געבליבן לענגער אין די לופט. זאגט דער הייליגער חתם סופר, אז די סיבה פארוואס מ'איז געבליבן מער אין די לופט איז געווען צוליב א מורא'דיגע התגלות פון די נשמה, דעמאלטס האט מען געקענט בלייבן מער אין די לופט. דאס איז געווען ספעציעל ביי די ריקודים פון שמחת בית השואבה.
דערפאר, זאגט ווייטער רבי ר' מענדלע פרימישלאנער, "על ידי המלחמת שני הכוחות ההפכים הללו", דהיינו דער גוף און די נשמה - די נשמה וויל ארויף און דער גוף וויל אראפ - דורך דעם ווערט נתהווה דער ענין פון ריקודין. "אשר האדם קופץ למעלה על ידי תנועת הנפש", ווען א מענטש שפרינגט ארויף דורך די תנועה פון די נפש, אבער וחוזר ויורד למטה על ידי תנועת הגוף.
דער חילוק צווישן א אידישע ריקוד און א גוי'אישע טאנץ
דער קערעצקיער רב ענדיגט דארט צו א געוואלדיגע זאך: ער זאגט אז מ'קען זען א חילוק צווישן דעם טאנץ פון א אידיש קינד און א גוי'אישן טאנץ. ווען א אידיש קינד טאנצט, הייבט ער זיך אויף אין די לופט. אבער א גוי, זאגט ער, איז זיין פוס אייביג מקושר צו דער ערד. ער מאכט תנועות, אבער ער הייבט זיך קיינמאל נישט אויף פון דער ערד. ער זאגט אז דאס איז דער גרעסטער מופת חותך אז א גוי האט נישט קיין נשמה, נאָר א אידיש קינד האט א נשמה, און דערפאר זענען די ריקודים פון א איד אויף אן אופן וואס ער הייבט זיך אויף פון דער ערד.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו טאנצן, זינגען און לויבן דעם אייבערשטן, "אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו". דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די מחילת עוונות און אויף אלע חסדים, זינגען און טאנצן שמחת בית השואבה, און זוכה זיין צו א לעכטיג קוויטל און אויס'פּועל'ן אלעס גוטס, אמן!