הילולא דצדיקיא: כ"ה תשרי - יארצייט פון רשכבה"ג מרנא ה'חתם סופר' זי"ע
- Sukkos
- 5787
- Yiddish
די גרויסקייט פון סיפורי צדיקים פונעם הייליגן חתם סופר
בעזהשי"ת, די יארצייט פון מרנא ורבנא רבינו משה בן רבי שמואל סופר, זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן, געפאלט כ"ה תשרי.
מיר וועלן בס"ד פארציילן סיפורי צדיקים פונעם הייליגן חתם סופר וואס האבן א שייכות מיט יו"ט סוכות.
בכלל דארף מען וויסן אז די גרויסקייט פון סיפורי צדיקים איז א זאך וואס ווערט שוין אראפגעברענגט אין חז"ל און אין די ראשונים. כידוע זאגט דער הייליגער רמב"ם אין פירוש המשניות אז דורך סיפורי צדיקים קען א מענטש טוישן זיין נפש לטובה. דער הייליגער חתם סופר אליין שרייבט אין זיינע 'תשובות' אז עס איז א "מצוה לשבח מעשי צדיקים".
הגם מיר האבן נישט קיין שום השגה אדער א צל פון א השגה אין זיין געוואלדיגע התמדה בתורה, וואס כידוע האט ער נישט מבטל געווען קיין רגע, פלעגט דער הייליגער חתם סופר פונדעסטוועגן פארציילן סיפורי צדיקים פון זיינע הייליגע רבי'ס: דער כהן הגדול, דער נשר הגדול רבי נתן אדלער, און דער לוי הגדול, דער הייליגער בעל הפלאה.
ער פלעגט אויך פארציילן פון אנדערע רבי'ס, ווי רבי טעבלי שייער און זיין זון רבי מיכל שייער. זיין רבי'ן רבי זלמן חסיד, אויף וועמען ער האט מעיד געווען אז אליהו הנביא פלעגט זיין רגיל ביי אים. זיין רבי'ן רבי מענדל ליליגער. זיין רבי'ן רבי יהודה לייב הכהן, דער בעל 'מנחת כהן'. זיין רבי'ן רבי נתן בן רבי שלמה, דער ראש בי"ד פון פראנקפורט. און רבי יעקב שמש, וואס איז געווען איינער פון די דיינים אין דעם בית דין אין פראנקפורט.
דער הייליגער חתם סופר פלעגט כסדר פארציילן פון זיינע רבי'ס און עס איבערגעבן פאר די תלמידים.
דער וויכטיגקייט פון איבערהערן מעשיות פון צדיקים
דער בעל 'התעוררות תשובה', דער ערלויער רב זי"ע, האט נאכגעזאגט וואס ער האט געהערט פון זיין הייליגן פאטער, דער 'כתב סופר' זי"ע:
דער כתב סופר איז דאך כידוע געווען א מתמיד עצום, און ווען ער פלעגט זיצן ביים טיש פון זיין טאטן בשעת דער הייליגער חתם סופר האט געפירט און פארציילט סיפורי צדיקים, האט ער פארשטייט זיך נישט פארפעלט קיין איין אות. אבער ווען דער פאטער האט אנגעהויבן איבערצוזאגן מעשיות וואס ער האט שוין געהערט, האט ער געשפירט אז ער דארף עס נישט נאכאמאל אויסהערן, וויבאלד דאס איז געמאכט געווארן פאר די תלמידים וואס האבן די מעשיות נאכנישט געהערט. דעריבער האט ער געהאלטן א גמרא אונטערן טיש כדי נישט מבטל תורה צו זיין קיין רגע.
האט זיך דער הייליגער חתם סופר אויסגעדרייט צו זיין זון דער כתב סופר און געזאגט: "שמואל וואלף, הערט צו צו די מעשיות, עס וועט אייך נאך צוניץ קומען". דאס מיינט אז דער הייליגער חתם סופר האט געוואלט אז דער כתב סופר זאל הערן די מעשיות נאכאמאל אפילו ער האט זיי שוין געקענט, ווייל עס וועט אים העלפן ווען ער וועט ארויפגיין אויף דעם כסא הרבנות און פירן כלל ישראל. הגם מיר פארשטייען נישט פארוואס ער האט עס געדארפט איבערהערן אז ער האט עס שוין געוואוסט, האט דער חתם סופר פונדעסטוועגן געהאלטן אז ער מוז עס הערן נאכאמאל, ומי יוכל לעמוד בסוד קדושים.
עס איז איינמאל געווען שבת נאכמיטאג ווען דער הייליגער חתם סופר איז געזעסן ארומגענומען מיט זיינע הייליגע תלמידים, ענקי רוח און גדולי הדור, און ער האט פארציילט סיפורי צדיקים פון זיינע גרויסע רבי'ס, דער כהן הגדול רבי נתן אדלער און דער לוי הגדול דער בעל הפלאה. רבי פישל סופר, וואס איז געווען די יד ימינו און דער משמש בקודש פונעם הייליגן חתם סופר - וועלכער האט אים אויך מסמיך געווען להוראה, און ער איז געווען זיין פריוואטער סופר וואס האט געשריבן די הייליגע קמיעות און זיין איש סוד - האט באמערקט אז עס ווערט שוין שפעט און געזאגט פארן חתם סופר אז מען דארף שוין גיין דאווענען מנחה.
האט דער הייליגער חתם סופר זיך אנגערופן: "מען וועט דאווענען מנחה, מען וועט זיך וואשן צו שלש סעודות, און מען וועט ווייטער ממשיך זיין צו פארציילן סיפורי צדיקים".
דער 'סבא קדישא' רבי שלמה אליעזר אלפאנדרי זי"ע
מיר פארציילן יעצט סיפורי צדיקים וואס דער הייליגער 'סבא קדישא' רבי שלמה אליעזר אלפאנדרי זי"ע האט פארציילט.
בהקדם, אין ספר 'מעילו של שמואל' (עמוד רמ"ח) ווערט געברענגט אז דער צדיק וקדוש רבי שמואל אהרן יודעלעוויטש זי"ע מנקיי הדת שבירושלים, האט פארציילט, אז אין זיינע יונגע יארן אין ירושלים פלעגט ער גיין סוכות מקבל פנים זיין דעם סבא קדישא, ווייל גאנץ ירושלים האט געוואוסט אז דעמאלטס איז א צייט וואס מען קען באקומען א ברכה פון אים. א גאנץ יאר איז דער סבא קדישא געווען פארשלאסן, ווייל ער איז געווען א מתמיד עצום און האט נישט געוואלט מבטל תורה זיין.
דער סבא קדישא האט געדינט ברבנות אין צפת, אין טערקיי, אין קושטא און אין דמשק, און סוף ימיו איז ער ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל, וואו ער האט זיך מורא'דיג פארשלאסן. נאר די גרויסע ענקי הרוח האבן געקענט אריינגיין צו אים, ווי רבי חיים שאול דוויק און רבי יוסף חיים זאנענפעלד, ווי אויך זיינע גאר נאנטע תלמידים ווי רבי אשר זעליג מרגליות מיט נאך אנדערע געהויבענע אידן. אבער דער יוצא מן הכלל איז געווען יו"ט סוכות, ווען ער פלעגט יא מקבל פנים זיין די אנשי ירושלים.
רבי שמואל אהרן האט מעיד געווען אז דער סבא קדישא האט מאריך ימים געווען ביז די הונדערט און צוואנציג יאר. ער זאגט אז אפילו ער איז שוין דעמאלטס געווען א זקן מופלג, איז ביי אים געווען "לא נס לחה ולא כהתה עינו", זיין פנים איז געווען פריש ממש ווי א יונגערמאן. כידוע איז ער געווען בתקפו ובגבורתו, ממש א גיבור חיל, כמעט עד זבולא בתרייתא.
די הנהגה פונעם סבא קדישא אין די סוכה אין ירושלים
ער פארציילט אז סוכות, ווען דער סבא קדישא איז געזעסן אין די סוכה און גאנץ ירושלים איז געקומען נעמען א ברכה, איז דער סדר געווען אזוי: דער הייליגער סבא קדישא איז געשטאנען און אריינגעקוקט אין א ספר, ווייל ער האט נישט געוואלט מבטל תורה זיין אפילו פאר איין רגע. זיין האנט איז געווען אויסגעשטרעקט, און ווער עס איז צוגעקומען האט ער געגעבן א ברכה בשעת יענער האט געקושט זיין האנט, און אזוי זענען די מענטשן אדורך איינס נאכן צווייטן. דער סבא קדישא האט אבער נישט אויפגעהויבן די אויגן פונעם ספר, צוליב זיין גרויס זהירות נישט מבטל תורה צו זיין.
דאס איז די הקדמה צו די מעשה, ווייל מיר האבן דא אן עדות פון איינעם פון די גדולי נקיי הדעת פון ירושלים און די אנשי הישוב הישן, רבי שמואל אהרן יודעלעוויטש, וואס איז אליין געווען א גאון וצדיק יסוד עולם. ער האט מעיד געווען דעם פאקט אז דער סבא קדישא האט מאריך ימים געווען ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.
דער באגעגעניש צווישן דעם סבא קדישא און דעם חתם סופר
כדי מיר זאלן קענען פארשטיין די מעשה, דארף מען געבן נאך אן הקדמה.
דער סבא קדישא איז נסתלק געווארן כ"ב אייר שנת תר"צ, און דעמאלטס איז ער אלט געווען הונדערט און צוואנציג יאר. אויב מען מאכט דעם חשבון, קומט אויס אז דער סבא קדישא איז געבוירן געווארן אין יאר תק"ע. דאס מיינט אז דער הייליגער סבא קדישא איז געבוירן געווארן אין די צייטן ווען דער הייליגער חתם סופר און רבי עקיבא איגר האבן געפירט די אידישע וועלט אין אייראפע.
דער חתם סופר און רבי עקיבא איגר זענען כידוע נסתלק געווארן אין די יארן תקצ"ט און ת"ר. רבי עקיבא איגר איז אוועק אין יאר תקצ"ט, און דער הייליגער חתם סופר אין יאר ת"ר. עס קומט אלזא אויס, אז ווען דער חתם סופר איז נסתלק געווארן, איז דער סבא קדישא שוין אלט געווען דרייסיג יאר.
יעצט, דער סבא קדישא, ווען ער איז נאך געווען אין זיין יונגן עלטער פון די צוואנציגער יארן, הגם ער איז געווען א 'ספרדי' און אן אייניקל פון די גרויסע ספרד'ישע גדולים פון 'משפחת אלפנדרי', דאך איז ער געפארן קיין אייראפע, ווייל ער האט געוואלט קענען די דעמאלטסדיגע גדולי העולם. דער סבא קדישא איז אנגעקומען צום הייליגן חתם סופר ארום דעם יו"ט סוכות.
דער הייליגער סבא קדישא האט געוויילט דעם יום הקדוש ביים הייליגן חתם סופר, און מוצאי יום כיפור איז ער געגאנגען זיך געזעגענען. דער הייליגער חתם סופר האט געבעטן דעם סבא קדישא אז ער זאל בלייבן אויף סוכות, אבער דער סבא קדישא האט געדארפט ווייטער גיין אויף זיין וועג.
אינמיטן וועג האבן זיך געמאכט פארשידענע מניעות אז ער האט נישט געקענט ממשיך זיין זיין רייזע, און בלית ברירה האט ער געמוזט צוריקקומען קיין פרעשבורג אויף סוכות. דעמאלטס האט ער געכאפט וואס דער חתם סופר האט געמיינט ווען ער האט אים געבעטן אז ער זאל בלייבן ביי אים אויף סוכות.
די התגלות פון די שבעה רועים אין די סוכה אין פרעשבורג
האט דער הייליגער סבא קדישא דערציילט, אז ווען עס איז געקומען די הייליגע נאכט פון סוכות – וואס דער זוהר הקדוש זאגט אז דעמאלטס קומען אראפ די אושפיזין – האט ער געזען די שבעה רועים 'בפועל ממש'. ער האט צוגעלייגט, אז נישט נאר ער האט עס געזען, נאר אלע בני הבית האבן געהאט די זכיה צו זען די אושפיזין בזכות פונעם הייליגן חתם סופר.
דאס איז די ערשטע מעשה וואס דער הייליגער סבא קדישא האט דערציילט.
פאר מיר גייען ווייטער: מענטשן פרעגן, אז אויב יעדער האט עס געזען, פארוואס טרעפן מיר נישט קיין שום רמז דערויף אין די אנדערע ספרי סיפורים פון תולדות החתם סופר, וואס די אייניקלעך און תלמידים האבן געשריבן בשפע - ווי למשל רבי אלכסנדר סופר וואס האט אסאך מקבל געווען פון זיין טאטן רבי שמעון סופר זי"ע, ווי אויך פון זיין פעטער דער כתב סופר זי"ע, און נאך פילע מקורבים פונעם חתם סופר, און פיל געשריבן איבער'ן חתם סופר, און ער דערציילט נישט אז די קינדער פונעם חתם סופר האבן אויך געזען די אושפיזין?
אויף דעם איז דא א פשוט'ע תירוץ, אז די קינדער פונעם חתם סופר זענען געווען מורא'דיגע ענווים, און זיי האבן נישט געהאלטן אז זיי זענען ראוי דאס צו דערציילן, אדער האבן זיי נישט געוואלט מגלה זיין פאר די וועלט די הויכע מדרגות וואס זיי האבן אליינס זוכה געווען צו זען.
די עבודת הקודש פונעם חתם סופר די גאנצע נאכט פון סוכות
יעצט לאמיר הערן א צווייטע מעשה וואס דער סבא קדישא, האט דערציילט איבער וואס עס האט זיך אפגעטון סוכות ביים הייליגן חתם סופר.
ביי די סעודה ליל ראשון, האט דער חתם סופר געזאגט פארן סבא קדישא אז ער זאל שלאפן אין די סוכה, און מען האט אים צוגעגרייט א בעט. דער סבא קדישא האט דערציילט: "איך האב נישט צוגעמאכט קיין אויג די גאנצע נאכט, נאר איך האב מיך מתבונן געווען אין די עבודת הקודש פון מרנא ורבנא דער הייליגער חתם סופר". ער זאגט אז דער חתם סופר האט נישט צוגעמאכט קיין אויג אפילו פאר א מינוט! ער איז געשטאנען פארקאכט ווי א פלאם פייער און געגאנגען אהין און צוריק אין די הייליגע סוכה.
ווען עס איז אנגעקומען די צייט צו שאקלען די ד' מינים, איז דער הייליגער חתם סופר צוגעגאנגען צו די מצוה מיט אזא ברען און מיט אזא שמחה גדולה, אז דער סבא קדישא זאגט אז מען קען עס אפילו נישט מסביר זיין מיט ווערטער.
"ולקחתם לכם": דער חתם סופר אין די לופט...
מיר וועלן צולייגן א מורא'דיגע מעשה וואס דער נאנאשער רב זי"ע האט דערציילט פון זיין רבי'ן, דעם הייליגן מהר"ם שיק זי"ע, וואס ער אליינס האט געזען ביים חתם סופר.
עס איז געווען ביי נטילת לולב, און פלוצלינג האבן די קינדער פונעם חתם סופר געזען ווי זייער טאטע געפינט זיך הויך אין די לופט... שפעטער, נאכדעם וואס דער חתם סופר האט געענדיגט די נענועים, האבן זיי געפרעגט דעם טאטן: "וואס איז דער פשט דערפון? פארוואס בשעת'ן נעמען די ד' מינים ביסטו געווען אין די לופט?"
האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "וואס הייסט? עס איז דאך א פשוט'ער פסוק: 'ולקחתם לכם ביום הראשון'". דער חתם סופר האט געטייטשט "ולקחתם לכם" – מען זאל זיך אליינס אויפהויבן און נעמען. דעריבער איז דער חתם סופר געווען אין די לופט...
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו גיין אין די וועגן פונעם הייליגן חתם סופר, וואס איז געווען א רבי נישט נאר פאר זיין דור, נאר פאר אלע דורות עולם, סיי מיט זיין הרבצת התורה און הוראה, און סיי מיט'ן אוועקשטעלן די יסודות פון אידישקייט, וואס גאנץ כלל ישראל גייט לאורו, לערנט זיינע ספרים, און פאלגט נאך די יסודות וואס ער האט אוועקגעשטעלט.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.