Skip to content
א קוואל פון חיזוק - אידיש

בפתח היו"ט: דער סוד פון שמחה: אפילו דו האסט נאר 'געוואלט' זיין גוט

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער געוואלדיגער כח פון שאיפות און רצונות - חלק א'

די שמחה פון סוכות אויף א גאנץ יאר

"זמן שמחתנו".

מיר גייען יעצט אריין אין א יו"ט וואס די תורה הקדושה זאגט אונז אז דאס איז א זמן וואס מיר שעפן זיך אָן מיט שמחה. ווי דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע ברענגט נאך פון זיין טאטן, דער טשערנאבלער מגיד זי"ע, אז דאס וואס מיר זאגן "זמן שמחתנו", איז מלשון "זימן" - ד. מ. אז מען גרייט יעצט אָן שמחה אויף א גאנץ יאר.

ער לייגט צו אז סוכות האט א "כח להמתיק הדינים מעל כל ישראל, ולהמשיך עליהם שמחה וחדוה ואורה על כל השנה". דאס טייטש, נישט נאָר גרייט דער יו"ט סוכות אן פרייליכקייט פאר א גאנצן יאר, נאָר עס גרייט אויך אָן דעם אלע שפע פארן גאנצן יאר.

דאס מבטל זיין די צ"ח קללות

אין פסוק שטייט (ויקרא כג, מא) "וְחַגּתֶם אֹתוֹ חַג לַה', שִׁבְעַת יָמִים בַּשָּׁנָה". מען דארף פראווען דעם יו"ט סוכות זיבן טעג "בשנה" – אין דעם יאר. פרעגט דער הייליגער 'שם משמואל' זי"ע (שנת תרע"ח), וואס איז אזוי באזונדער ביי יו"ט סוכות אז די תורה זאגט דאס ווארט "בשנה"? וואס האט יו"ט סוכות צוטון מיט די גאנצע יאר? עס זענען דאך דא דריי רגלים: פסח, שבועות און סוכות; וואס איז סוכות מער פון פסח און שבועות, אז דוקא ביי אים שטייט אז ער האט צוטון מיט די גאנצע יאר?

זאגט דער הייליגער שם משמואל. רש"י אין פרשת פינחס (במדבר כט, יח) ברענגט אראפ דעם מדרש אז יו"ט סוכות איז מען מקריב צ"ח (98) כבשים. דאס איז כדי מבטל צו זיין די צ"ח קללות וואס שטייען אין משנה תורה (פרשת כי תבוא). די זעלבע זאך זאגט מען אין דעם פיוט פונעם צווייטן טאג סוכות: "רציתי שיים שמונה ותשעים, כליה בם תוכחות שמונה ותשעים". דאס טייטש: "איך האב מרצה געווען דעם רבוש"ע כביכול מיט די צ"ח לעמעלעך, און מיט דעם האב איך מבטל געווען די צ"ח קללות".

פרעגט דער הייליגער 'אבני נזר' זי"ע, וואס איז פשט אז דוקא די צ"ח כבשים זענען מבטל די צ"ח קללות?

זאגט דער אבני נזר א מורא'דיגן יסוד. מיר ווייסן אז אין די תוכחה אין פרשת כי תבוא שטייען אלערליי נישט גוטע זאכן וואס זענען געשען צו כלל ישראל. די שאלה איז נאָר, וואס איז די סיבה דערצו? יעדער ווייסט דאך דעם כלל "אין יסורים בלא חטא ואין יסורים בלא עוון". אזוי ווי דער הייליגער רבי חנינא בן דוסא האט געזאגט (ברכות לג, א) "אין ערוד ממית אלא החטא ממית". אין אנדערע ווערטער, אלע נישט גוטע זאכן פון די תוכחה קומען צוליב עבירות.

'שמחה' - דער שליסל צו מבטל זיין די תוכחה

אבער דא שטעלט זיך א קשיא: ווי אזוי קומט עס בכלל אז א אידיש קינד זאל טון אַן עבירה? ווי אזוי קען א מענטש זיך אזוי באנארישן?

בפרט בזמן שבית המקדש היה קיים, ווען מען האט געזען כהנים בעבודתם, לוים בדוכנם וישראל במעמדם, און עס איז געווען א גילוי פון השראת השכינה, און מיר האבן געהאט די הייליגע נביאים און צדיקים. ווי אזוי איז מען בכלל צוגעקומען צו אזא נארישקייט אז מען זאל טון עבירות?

זאגט דער הייליגער אבני נזר, די תורה הקדושה גיט אונז דעם שליסל דערצו. דער גאנצער פראבלעם איז געווען ווייל מען האט נישט געדינט דעם אייבערשטן מיט שמחה. אין פסוק שטייט (דברים כח, מז) "תַּחַת אֲשֶׁר לֹא עָבַדְתָּ אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּשִׂמְחָה וּבְטוּב לֵבָב מֵרֹב כּל". זאגט דער הייליגער אר"י הקדוש, אז מען דארף דינען דעם אייבערשטן אזוי בשמחה, מער ווי אלע אוצרות.

ד.ה. כל זמן א איד דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה, קען דער רוח שטות פונעם יצר הרע נישט אריינקומען און אים פארדרייען דעם קאפ. דארט וואו עס איז דא שמחה, דארט איז דא השראת השכינה, ווי עס שטייט "עוז וחדוה במקומו". אז א איד איז בשמחה, האט ער שטארקייט און השראת השכינה, ער דינט דעם אייבערשטן און טוט נישט קיין עבירות.

אבער דער יצר הרע קומט און דרייט אן דעם מענטש ער זאל נישט זיין בשמחה, און איינמאל דער מענטש איז נישט בשמחה, קען חלילה שורה זיין חלילה די סטרא אחרא. פון דארט און ווייטער קומט א רוח שטות וואס פארדרייט אים דעם קאפ, און נעבעך טוט ער עבירות, וואס דאס האט גורם געווען די תוכחה. זאגט דער הייליגער אבני נזר, קומט אויס אז איך האב דא א שליסל צום גאנצן געשעפט, אויב א מענטש וויל דינען דעם אייבערשטן און באקומען אלע גוטע השפעות, זאל ער זען צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה.

זאגט דער הייליגער אבני נזר, אז יו"ט סוכות, ווען מען דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה אין "זמן שמחתנו", דוקא דעמאלטס זענען די צ"ח כבשים מבטל די צ"ח קללות. ווייל ווען מען האט מקריב געווען די צ"ח כבשים מיט אזא שמחה ביי די שמחת בית השואבה - וואס דאס איז אלץ געווען א הכנה צו מקריב זיין דעם קרבן תמיד און מנסך זיין די מים - און מען האט געטון די עבודת הקרבנות מיט אזא געוואלדיגע שמחה, דעמאלטס האט עס מבטל געווען די צ"ח קללות. ווייל איינמאל מען איז בשמחה, ווערט אויטאמאטיש מבטל די גאנצע תוכחה.

שמחת בית השואבה: די שמחה פון א הכנה צו א מצוה

מיר וועלן אביסל מרחיב זיין דעם דיבור.

מיר ווייסן דאך אז אין דעם פינפטן פרק אין מסכת סוכה, פרק החליל, פאנגט זיך אן די משנה מיט שמחת בית השואבה. עס איז דא א גרויסע מחלוקת צווישן רש"י און דעם רמב"ם וואס פונקטליך איז געווען די שמחת בית השואבה, אויף וואס די הייליגע חז"ל זאגן: "מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו".

קומט רש"י און ער מסביר וואס די גרויסע שמחה איז געווען. זאגט רש"י: "בית השואבה, כל שמחה זו אינו אלא בשביל ניסוך המים, כדמפרש ושאבתם מים בששון". דאס איז געווען כדי "לחבב את המצוות". "שמחת בית השואבה לכבוד שאיבת ניסוך המים, ומחללים בחלילים ובכנורות".

קומט אויס, אז א גאנצע נאכט האט מען זיך געפרייט אין בית המקדש ווייל מען גייט אינדערפרי מקריב זיין דעם קרבן התמיד, וואס נארמאל איז עס נאר מיט ניסוך היין, אבער יעצט סוכות איז אויך דא ניסוך המים. ד.ה. אז די גאנצע שמחה איז געווען א 'הכנה' פארן קרבן תמיד. און מיר אלע ווייסן אז דער קרבן תמיד איז געווען דער ערשטער קרבן, איינמאל מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד, האט מען שוין געקענט מקריב זיין אלע אנדערע קרבנות.

קומט אויס אז די הקרבת הקרבנות יו"ט סוכות האט זיך אנגעפאנגען מיט דעם קרבן תמיד, וואס האט געהאט א געוואלדיגע הכנה א גאנצע נאכט מיט א געוואלדיגע שמחה. ממילא זענען די צ"ח כבשים וואס מען האט מקריב געווען יו"ט סוכות געקומען מיט א געוואלדיגע שמחה פון שמחת בית השואבה פון די גאנצע נאכט.

דער גרויסער כח השמחה וואס איז משפיע אויפ'ן גאנצן יאר

יעצט פארשטייט מען פארוואס דאס איז מבטל די צ"ח קללות. זאגט דער הייליגער שם משמואל: לויט דעם וועלן מיר יעצט מסביר זיין די באזונדערע גרויסקייט פון יו"ט סוכות. ער זאגט אזוי: א גאנץ יאר האט מען געטון עבודות, אבער אזוי ווי די עבודות זענען נישט געווען מיט שמחה, האט עס נישט געברענגט די ריכטיגע השפעה. א גאנץ יאר האט מען געטון עבירות, וואס פארשטייט זיך עס האט נישט געברענגט קיין גוטע זאכן, הן ברוחניות והן בגשמיות.

יעצט קומט דער יו"ט סוכות, און איך האב אזא כח מיט די שמחה אז

איך גיי מתקן זיין די גאנצע יאר! ממילא גייען אלע עבודות פון א גאנץ יאר וואס זענען נישט געטון געווארן מיט שמחה, נהפך ווערן צו שמחה, און אזוי וועלן די גאנצע צ"ח קללות פון א גאנץ יאר אויך נהפך ווערן לשמחה.

זאגט דער שם משמואל, דאס איז דער פשט אין פסוק: "וְחַגּתֶם אֹתוֹ חַג לַה' שִׁבְעַת יָמִים". ווען דו וועסט זיין בשמחה דעם יו"ט סוכות, וועסטו זוכה זיין "בַּשָּׁנָה" צו קענען מתקן זיין די גאנצע יאר. דאס איז דער הפלא'דיגער כוח פון דעם יו"ט סוכות.

דער גרויסער ענין פון 'הכנה למצוה' - מען גייט 'באַלד' שעפן וואסער

לאמיר זיך אבער מתבונן זיין א מינוט און אריינטראכטן אין דער געוואלדיגער שמחה פון שמחת בית השואבה. בעצם האט מען געטאנצן א גאנצע נאכט. פארוואס האט מען געטאנצן? דער לשון איז "שמחת בית השואבה", ווייל מען גייט שעפן וואסער. קומט אויס אז מען האט זיך געפרייט אויף א הכנה פון א מצוה.

והלא דבר הוא? מיר ווייסן דאך שטענדיג פון דער געוואלדיגער שמחה של מצוה ווען מען טוט א מצוה, אבער דא האט מען זיך געפרייט א גאנצע נאכט אויף א הכנה פאר א מצוה - 'באלד' שעפן וואסער.

זען מען פון דא א געוואלדיגער לימוד, אז מען דארף זיך פרייען פאר די הכנה אליינס.

די באזונדערע הכנה פון סוכות קעגן אנדערע ימים טובים

נאך א יסודיות'דיגע זאך וואס מען דארף זיך מתבונן זיין ווען מיר גרייטן זיך צו צום הייליגן יו"ט סוכות:

מען גרייט זיך צו צום יו"ט אנדערש ווי צו אלע ימים טובים. לאמיר נעמען פאר א דוגמה 'פסח'. מען גרייט זיך אן און מען באקט מצות. מען פאנגט שוין אָן צו שניידן ווייץ חדשים פארדעם, אבער על פי רוב, דאס וואס מען איז משקיע ביים אנגרייטן די ווייץ, מען מאלט מעל און מען נוצט כמעט דאס גאנצע מעל. ביים קנעטן, וועלגערן און באקן די מצות, קומט דאס ב"ה ארויס געוואלדיג כמעט דאס גאנצע טייג און אלע מצות וואס מען באקט.

וואס מען איז משקיע פאר'ן יו"ט, קומט ארויס בשלימות.

די זעלבע זאך איז מיט אנגרייטן די מאכלי יו"ט. מען גרייט אָן דעם וויין מיט אלע מאכלי יו"ט, וואס די נשים צדקניות לייגן אריין א געוואלדיגן כוח; וואס מען איז משקיע, קומט ב"ה אויס געוואלדיג. און ווען עס קומט יו"ט, האט מען פיינע מאכלים לכבוד די סעודות יו"ט. מען גרייט אָן דאס הויז, מען רוימט עס אויס – אנשים, נשים וטף. מען איז בודק חמץ, און ווען דער יו"ט קומט אריין, זעט מען אז אזוי סאך ווי מען האט משקיע געווען, זענען די תוצאות הונדערט פראצענט; דאס הויז איז ב"ה ריין.

לאמיר גיין צום יו"ט 'שבועות'. פאר'ן יו"ט שבועות גרייט מען זיך אָן, מען ציילט ספירה. בזמן שבית המקדש היה קיים האט מען מקריב געווען די שתי הלחם און די קרבנות. מען איז משקיע, מען גרייט אָן די שתי הלחם און די קרבנות, און ב"ה, דאס וואס מען האט משקיע געווען איז דער פועל יוצא - מען האט מקריב געווען די קרבנות און די שתי הלחם, עס איז געוואלדיג.

און יעצט בזמן הזה איז דא די מצוה פון סעודת יו"ט. עס איז געוואלדיג, מען איז משקיע, ווי די הייליגע גמרא (פסחים סח, ב) זאגט, "אמר רב יוסף, בעצרת כולי עלמא מודו דבעינן נמי לכם". מען איז משקיע אנצוגרייטן די סעודת יו"ט, און נאכדעם נאך אויף א הייליגע נאכט, תיקון ליל שבועות, מיט אַן עבודת הקודש פון די הייליגע תפילות, די הייליגע הקדמות און די הייליגע קריאת התורה. נאכדעם עסט מען די צוויי סעודות זכר לשתי הלחם. דאס וואס מען האט משקיע געווען אין די סעודות פאר יו"ט און אנגעגרייט כיד המלך, עסט מען יו"ט און מען איז מקיים דעם יו"ט שבועות. ווי עס שטייט אין דער גמרא, דער "לכם" דאס איז דער יום שניתנה בו תורה, און מיר ווייזן ווי מיר פרייען זיך מיט דער תורה, אז אפילו דער גוף הגשמי פרייט זיך מיט מיט א מורא'דיגע שמחה פון דעם יום קבלת התורה.

אבער לאמיר יעצט גיין צום יו"ט סוכות.

יו"ט סוכות איז א יו"ט וואס מען גרייט זיך אָן און מען איז משקיע א געוואלד, אבער דער פועל יוצא איז בכלל נישט לויט דער השקעה. לאמיר זען: ווען מען גייט קויפן די ד' מינים, איז מען בודק צענדליגער אתרוגים, צענדליגער הדסים, לולבים און ערבות. מען גייט פון איין מוכר צום צווייטן, מען גייט פון איין דיין צום צווייטן, און מען איז משקיע אין אזוי סאך אתרוגים, הדסים און לולבים, אבער למעשה נעמט מען בכלל נישט די אלע אתרוגים און הדסים וואס מען האט משקיע געווען דערין צייט און כוח. צום סוף, טרעפט מען איין אתרוג מיט די אנדערע מינים, און דאס נוצט מען פאַר'ן יו"ט. קומט אויס אז מען האט משקיע געווען

אין פיל מער ווי דעם וואס מען נעמט למעשה.

די זעלבע זאך איז מיט בויען די סוכה. יעדער איינער ווייסט, מען קען האבן א סוכה משנה לשנה, אבער מען האקט נאכאמאל ברעטער, מען רוקט אהער און אהין דעם סכך... און ווען עס קומט צו מאכן די נוי סוכה, איז יעדעס יאר אן אנדערער מהלך און אן אנדערע עבודה, און מען איז משקיע אזוי סאך. די אלע ברעטער און זאכן וואס מען האט משקיע געווען צייט דערין, נוצט מען עס אָפטמאל בכלל נישט... מען גרייט זיך אָן צו מאכן די נוי סוכה אויף איין זייט און אויף דער צווייטער זייט, און צום סוף נוצט מען עס נישט, אדער מען נוצט נאר א טייל דערפון; עס איז בכלל נישט לויט דער השקעה.

והלא דבר הוא, וואס איז דער ביאור הענין?

דער יסוד: דער רצון און די הכנה זענען אליין אַן 'עבודה'

דער תירוץ איז, אז דער רבוש"ע אנטפלעקט אונז דא א מורא'דיגן סוד אין עבודת השם.

עבודת השם האט אין זיך צוויי חלקים: עס איז דא דער חלק וואס מען איז משקיע, די הכנה פאר דער מצוה. עס איז דא די השתוקקות פאר א מצוה און די רצונות פאר דער מצוה, אבער נישט אייביג פירט מען אויס די אלע רצונות. למשל, איך האב געוואלט אויפשטיין פארטאגס, איך האב געוואלט ענדיגן די מסכתא, איך האב געוואלט דאווענען א 'נשמת' מיט א ברען, איך האב געוואלט זיך אָפּהיטן פון לשון הרע און רכילות אדער היטן די אויגן, אבער נישט אייביג האב איך אויסגעפירט מיינע חלומות, רצונות און שאיפות.

דא שטעקט אבער א טעות. ווייל א מענטש רעדט זיך איין אז עבודת השם איז נאָר דער צווייטער חלק - ווען מען האט שוין געענדיגט א מסכתא, ווען מען איז יא אויפגעשטאנען פארטאגס, ווען מען האט זיך אפגעהיטן די אויגן בשלימות אדער נישט גערעדט קיין לשון הרע. א מענטש מיינט אז נאר דער פועל יוצא איז די עבודת השם, און ער ווייסט נישט אז אוודאי איז דער צווייטער חלק עבודת השם, אבער דער ערשטער חלק – די הכנה און דער רצון - איז אויך עבודת השם. אין די ספרים הקדושים שטייט אז עס איז נאך פיל חשוב'ער.

פארוואס?

ווייל די אלע רצונות, שאיפות און הכנות, בפרט אויב מען האט עס נישט געקענט אויספירן מכוח אל הפועל, דעמאלט האט מען א לב נשבר, און דער רבוש"ע נעמט דאס און זאגט: "דאס זענען די שיירי מצוה". דאס טרעפן מיר ביי די נענועים פון די ד' מינים, וואס זענען "מעכב את הפורעניות".

חז"ל זאגן אונז אין מסכת אבות, "לפום צערא אגרא" - די שכר איז לויט דיין יגיעה, דיין שאיפות, דיין הארעוואניע, און 'נישט' לויט די לעמשה'דיגע פועל יוצא!

לכאורה שטעלט זיך א קשיא: מען האט דאך שוין יוצא געווען די מצוה פון ד' מינים, מען האט שוין מקיים געווען "ולקחתם לכם" די מינוט וואס מען האט זיי אויפגעהויבן, וואס איז דער פשט אז די נענועים זענען מעכב את הפורעניות?

דער תירוץ איז, אז אפילו דו האסט שוין מקיים געווען די מצוה, זענען די רצונות און שאיפות וואס דו לייגסט אריין די וואס זענען מעכב את הפורעניות, ווייל דו ווייזט אז דו לייגסט אריין כוחות לשם שמים. ווען א מענטש לייגט אריין כוחות אין א מצוה און ער האט נישט מצליח געווען אויפצושטיין פארטאגס אדער זיך צו היטן די אויגן, אבער ער גייט ווייטער אָן און דעם נעקסטן טאג פרובירט ער נאכאמאל מיט גרויסע כוחות, דערמיט ווייזטו אז דו ביסט אַן "אמת'ער עובד השם".

דער כוח פון 'שאיפות'

עס קומט דער יו"ט סוכות און עס אנטפלעקט אונז א מורא'דיגן סוד.

עבודת השם באשטייט פון צוויי חלקים: די רצונות, די שאיפות און די הכנות, און עס איז דא דער חלק פון טון די מצוה בפועל. זאגט אונז דער רבוש"ע ביים יו"ט סוכות, "זמן שמחתנו", אז דו גייסט זיין פרייליך. יעדער ווייסט אז ווען מען טוט א מצוה בפועל און מען לערנט די הייליגע תורה, איז "פקודי ה' ישרים משמחי לב", "אין שמחה כשמחת התורה", "שש אנכי על אמרתך כמוצא שלל רב". יעדער ווייסט אז די הייליגע תורה מיט די מצוות זענען די פרייליכסטע זאכן אויף דער וועלט.

אבער דא ליגט א טעות. מען מיינט אז די שמחה איז נאָר ווען מען טוט עס 'בפועל'. אבער אויב איך האב א הכנה פאר א מצוה, גדרים וסייגים, שאיפות און רצונות פאר א מצוה, ווער זאגט אז דאס איז חשוב? לכאורה ברענגט דאס נישט קיין שמחה, אדרבה, עס צוברעכט א מענטש ווייל ער האט עס נישט אויסגעפירט?!

דא קומט דער יו"ט סוכות און אנטפלעקט אונז: דיינע רצונות, דיינע שאיפות און דיינע הכנות למצוה, דאס גייט ברענגען די גרעסטע שמחה. אויף דעם איז מען געווען אויף א גאנצע נאכט

און מען האט געטאנצן שמחת בית השואבה, וואס חז"ל זאגן אויף דעם: "מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו". און וואס האט מען דארט געטון?

עס איז געווען א 'הכנה למצוה'. דאס איז דער געוואלדיגער גילוי פון טאנצן שמחת בית השואבה א גאנצע נאכט. דער רבוש"ע האט געזאגט, איך גיי משפיע זיין אזא געוואלדיגע שמחה, אזוי ווי תוספות ברענגט אראפ פונעם ירושלמי, אז יונה הנביא האט דעמאלטס עולה רגל געווען, און פון דארט האט אויף אים גערוט די רוח הקודש ביז ער איז געווארן א נביא.

דער רבוש"ע זאגט: איך גיי משפיע זיין רוח הקודש און איך גיי משפיע זיין שמחה. אבער נישט סתם א שמחה, נאָר א שמחה וואס חז"ל זאגן אויף איר "מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו". עס איז געווען אזוי גרויס, אז מען האט געדארפט מאכן א תיקון גדול, ווייל יעדער איינער אפילו די פרויען וואס זענען נישט געווען מחויב עולה רגל צו זיין און אויך די קטנים אלע זענען געקומען, קיינער זי"ע האט נישט געוואלט פאַרפּאַסן די שמחה.

און איבער וואס האט מען זיך געפרייט?

איבער די הכנה פאר א מצוה.

מען גרייט זיך צו, ווייל דער רבוש"ע האט אונז דא געוואלט מגלה זיין אז שמחה איז נישט נאָר ווען מען לערנט, דאווענט אדער טוט א מצוה בפועל. ווען דו גרייטסט זיך אָן, דו האסט רצונות, שאיפות און השתוקקות, איז דאס אליינס שוין א שמחה, און עס איז זייער מעגליך אז דארט איז נאך א גרעסערע שמחה.

דער הייליגער רבי ר' מענדלע וויטעבסקער זי"ע זאגט, אז ווען א מענטש האט זיך אנגעגרייט צו טון א מצוה אבער ער האט עס נישט געקענט אויספירן, איז דאס די גרעסטע שלימות. פארוואס? ווייל יעצט האט ער א לב נשבר. און וויבאלד דו האסט א לב נשבר, האסטו נישט די הרגשה פון "כחי ועוצם ידי".

דער הייליגער שינאווער רב זי"ע פלעגט זייער שטארק מפליא זיין אז א מענטש וואס האט געוואלט טון א מצוה און נישט געקענט.

פארוואס?

ווייל ווען איינער טוט א מצוה בפועל, "מי יאמר זכיתי לבי טהרתי מחטאתי", ווער קען זאגן אז ער האט געטון די מצוה בשלימות? אבער אויב דו האסט נאָר 'געוואלט', זאגט דער שינאווער רב, אז אזוי ווי דער מענטש 'וויל', ווערט דאס גערעכנט ווי ער האט עס שוין געטון בשלימות.

בפרט אז חז"ל זאגן, "חשב לעשות מצוה ונאנס, מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה" - כאילו דער אייבערשטער האט עס געטון. זאגט דער הייליגער קאָצקער זי"ע: דער אייבערשטער זאגט "איך האב עס געטון!" – און אז דער רבוש"ע האט עס געטון, איז עס אוודאי בשלימות...

דער געוואלדיגער כח פון שאיפות און רצונות - חלק ב'

דער סוד פון די מים תחתונים און דאס געוויין פונעם וואסער

לאמיר יעצט צוריקגיין צו שמחת בית השואבה. מען דארף זיך מתבונן זיין אין נאך א נקודה: די גאנצע שמחת בית השואבה א גאנצע נאכט איז געווען אן הכנה פארן שאיבת המים, וואס מען האט געגאסן דעם ניסוך המים ביי די הקרבת תמיד. פארוואס טאקע דווקא די וואסער?

עס שטייט שוין פונעם הייליגן 'ישמח משה' זי"ע, און עס ווערט אראפגעברענגט אינעם ספר 'פלא יועץ' פונעם הייליגן רבי מאטילע הארנסטייפלער זי"ע, אז דער ישמח משה צייכנט צו א מדרש אין בראשית רבה (פרשה ה'), אז די מים התחתונים האבן געוויינט: "אנן בעינן למהוי קמי מלכא", מיר ווילן אויך זיין ביים אייבערשטן, פארוואס האט מען אונז אראפגעשיקט אויף דער וועלט? זאגט דער מדרש אז דער אייבערשטער האט זיי געזאגט: וויבאלד איר האט געטון מיין רצון און איר זענט אראפגעגאנגען ווען איך האב ענק געבעטן, טאקע אמת, איר קענט נישט זיין דא אויבן ביי מיר, אבער איך גיי ענק געבן א מצוה.

וואס איז די מצוה?

"עַל כָּל קָרְבָּנְךָ תַּקְרִיב מֶלַח" (ויקרא ב, יג), אז ביי די קרבנות גייט מען מקריב זיין זאלץ – וואס קומט פון וואסער. און נישט נאָר דאס, נאָר מען גייט אויך מאכן די מצוה פון 'ניסוך המים'.

זאגט דער הייליגער ישמח

משה, דאס איז דער פשט פון דעם פסוק אין תהלים (קלז, א) "עַל נַהֲרוֹת בָּבֶל שָׁם יָשַׁבְנוּ גַּם בָּכִינוּ בְּזָכְרֵנוּ אֶת צִיּוֹן". ווען די לויים זענען אנגעקומען צו די טייכן פון בבל, האבן די וואסערן אנגעהויבן צו וויינען. פארוואס? ווייל זיי האבן געזאגט: ביז יעצט, ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, איז געווען "עַל כָּל קָרְבָּנְךָ תַּקְרִיב מֶלַח" און ניסוך המים, אבער יעצט אז עס איז נישטא קיין בית המקדש, האבן זיי אנגעהויבן צו וויינען.

עכ"פ, ערקלערט ער אז די סיבה פארוואס א מענטש איז נישט רואיג? ווייל ער האט נישט געקענט אויספירן זיינע רצונות און שאיפות. אבער ווען ער גייט צום וואסער און די וואסער בארואיגט זיך ביי שמחת בית השואבה מיט דעם וואס מען גייט יעצט צוריק טון א מצוה.

דער פלא יועץ איז מסביר דארט באריכות אז דאס איז געווען די שמחה א גאנצע נאכט.

די כוואליעס פון וואסער: א לימוד אין שטענדיגע השתוקקות און רצונות אין עבודת ה'

על דרך זה, קען מען ממשיך זיין. עס שטייט פונעם הייליגן 'ייטב לב' זי"ע א מורא'דיגע זאך.

ווען מען קוקט אויף די וואסער, זעט מען אז די וואסער האט כוואליעס און עס וויל כסדר אייננעמען די יבשה. וואס גייט דא פאר? פארוואס איז די וואסער אזוי רוישעדיג?

ער איז מסביר אז זינט דער אייבערשטער האט געהייסן אז די וואסער זאל זיך צוטיילן און א חלק זאלן אראפגיין דא אונטן אין עולם הזה, שפרינגט די וואסער די 'מים התחתונים' - און וויל צוריק ארויפגיין, "אנן בעינן למהוי קמי מלכא".

אבער וואס פאסירט נאכדעם? די כוואליעס הייבן אָן נאכאמאל צו קומען, ער פרובירט נאכאמאל ארויפצוטאנצן, עס גייט נישט, אבער ער געבט נישט אויף און הייבט אָן נאכאמאל.

קומט אויס אז די וואסערן ווייזן אונז א מורא'דיגע זאך: אפילו מען האט זיי אראפגעשיקט אין עולם הזה, האבן זיי רצונות, שאיפות און השתוקקות, זיי טאנצן און ווילן צוריק ארויפגיין "למהוי קמי מלכא", און זיי געבן נישט אויף. (אגב, איך האב אמאל געזען אין איינע פון די ספרים הקדושים, אז דאס איז דער טעם פארוואס ווען א מענטש וויל זיך בארואיגן גייט ער צו א וואסער. פארוואס? ווייל וואס איז די סיבה פארוואס א מענטש איז נישט רואיג? ווייל ער האט נישט געקענט אויספירן זיינע רצונות און שאיפות. אבער ווען ער גייט צום וואסער און זעט ווי די וואסער האלט אין איין טאנצן און וויל ארויפשפרינגען צוריק ארויף און ער געבט נישט אויף, דאס בארואיגט דעם מענטש).

לויט דעם פארשטייען מיר זייער גוט פארוואס מיר מאכן היינט נאך אלץ א זכר פאר שמחת בית השואבה. ווייל די נקודה וואס דאס וואסער האט אונז אויסגעלערנט – אז מען זאל נישט אויפגעבן די השתוקקות - איז אוודאי און אוודאי נוגע היינט. "עַל כָּל קָרְבָּנְךָ תַּקְרִיב מֶלַח", מיר האבן א 'זכר' דערצו מיט דעם וואס מען לייגט זאלץ אויפ'ן טיש ווי עס שטייט אין שולחן ערוך, און מען זאגט די 'שיר המעלות'ן און מען זינגט, כדי צו מעורר זיין די כח השמחה נישט נתפעל צו ווערן פון א דורכפאל, נאָר גיין ווייטער און זיין פעלזן-פעסט ביי זיך - אזוי ווי די כוואליעס פון די וואסער.

מיר דארפן זיך מתבונן זיין אז ווען מיר קוקן אויף דאס וואסער און מיר זעען ווי דאס וואסער שפרינגט, אפילו עס פירט נישט אויס, גיבט עס נישט אויף. דאס קומט אונז מרמז זיין, דו גיב נישט אויף מיט דיינע רצונות! און דאס אליינס ברענגט א געוואלדיגע שמחה פאר א מענטש.

דאס איז די נקודה פון שמחת בית השואבה, און דאס איז די נקודה פון שמחה פונעם יו"ט סוכות.

הכנה פאר א מצוה ברענגט שמחה פונקט ווי די מצוה אליינס

לאמיר יעצט גיין צום יסוד פון הכנה ליו"ט סוכות.

ווען מען גרייט זיך צו צום יו"ט סוכות, זאגט אונז דער רבוש"ע: "איך וויל דיר מגלה סוד זיין. דו מיינסט אז נאָר ווען דו טוסט א מצוה בפועל, דעמאלטס ביסטו זוכה צו שמחה של מצוה? דו מיינסט אז נאָר ווען דו ביסט אויפגעשטאנען פארטאגס, ווען דו האסט געענדיגט א מסכתא, ווען דו האסט דיך אפגעהיטן די אויגן בשלימות, ווען דו האסט נישט גערעדט קיין שום ווארט לשון הרע, און דו האסט געלערנט בהתמדה ורציפות אן אויסצושמועסן אינמיטן לערנען נאָר דעמאלטס קענסטו זיין בשמחה?"

זאגט דער רבוש"ע: "איך בין דיר מגלה אז אפילו ווען דו גרייטסט זיך אָן פאר א מצוה און דו האסט עס נישט אויסגעפירט, וועסטו אויך זוכה זיין צו א שמחה". דאס זעט מען ביי די הכנה פונעם יו"ט סוכות. מען גרייט זיך אן אויף 'זמן שמחתנו' ביים יו"ט סוכות, מען איז משקיע אין צענדליגער אתרוגים, אין צענדליגער הדסים, אין צענדליגער לולבים, און מען פירט נישט אויס.

און דאס איז די הכנה פאַר'ן יו"ט, ווייל דער רבוש"ע וויל אונז מגלה

נייע עצה, מיט א נייע געדאנק, דאס איז הצלחה!

לאמיר זיך דא אביסל מתבונן וואס מיינט דעת זיין אז הכנה פאר א מצוה ברענגט שמחה פונקט ווי די מצוה אליינס. מען בויעט א סוכה מיט נוי סוכה, און נישט אלע נוי סוכה הענגט מען אויף, און נישט אלע ברעטער ניצט מען, אבער דאס איז די הכנה פאר 'זמן שמחתנו'.

די הכנה וואס האלט אָפּ דעס יצר הרע נאך יום כיפור

אצינד, לאמיר זען א מורא'דיגן יסוד וואס שטייט אין מדרש. מיר ווייסן אז עס שטייט פונעם הייליגן 'יערות דבש' א מורא'דיגער יסוד אויף די גרויסקייט פון די דאזיגע טעג.

די גמרא זאגט אין מסכת יומא (כ, ב) אז 'השטן' איז בגימטריא שס"ד (364). אבער עס זענען דא 365 טעג אין א יאר? איין טאג, יום כיפור, האט ער נישט קיין רשות.

פרעגט דער יערות דבש בשם דעם רמ"ע מפאנו: וואס איז מיט דעם אות ה'? דער אות ה' איז דאך נישט קיין חלק פונעם שורש פונעם ווארט?

זאגט דער הייליגער יערות דבש אז עס גייט ארויף אויף די פינף טעג צווישן יום כיפור און סוכות. אין די פינף טעג האט דער הייליגער 'מגיד' מגלה געווען פאר'ן 'בית יוסף' אז די 'לבנינות' - די ריינקייט - פון יום הקדוש ציט זיך ביז'ן ערשטן טאג סוכות.

דאס איז געבויט אויפ'ן הייליגן מדרש. דער מדרש זאגט אז יום כיפור איז דער אייבערשטער מוחל אויף די עבירות. זאגט דער מדרש ווייטער אז פון יום כיפור ביז סוכות ווערן אויך נישט גערעכנט קיין עבירות, עס האט קדושה פון יום כיפור. פארוואס? זאגט דער מדרש: "ווייל מען איז טרוד במצוות", מען איז פארנומען מיט מצוות.

וואס מיינט "טרודים במצוות"? לכאורה, ווי לאנג דויערט שוין צו קויפן אַן אתרוג? מען גייט אריין צום סוחר, מען קויפט אַן אתרוג, מען באצאלט און מען גייט ארויס. מען האט די ברעטער פון די סוכה, מען בויעט עס אויף, און מען גייט ווייטער. עס איז דער "ראשון לחשבון עוונות". זאגן דער הייליגער 'קדושת לוי' זי"ע און דער הייליגער 'חתם סופר' זי"ע, אז דאס איז ווייל מען טוט תשובה מאהבה. מען נעמט די ד' מינים, מען זיצט אין די סוכה מיט אזא מין שמחה און אהבה, ממילא ווערן די זדונות פארוואנדלט אין זכויות. אויב ביז יום הקדוש זענען זדונות געווארן ווי שגגות, ווערן יעצט ביי "ראשון לחשבון עוונות" די זדונות ממש ווי זכויות.

אלע פרעגן: וואס טוט זיך אין די טעג צווישן יום כיפור און סוכות?

לויט ווי מיר האבן געשמועסט, איז דער חשבון הפלא ופלא. עס זענען דא צוויי סארט חלקים אין א מצוה וואס מאכן אז זדונות זאלן ווערן כזכויות:

דער ערשטער חלק איז די הכנה פאר די מצוה, וואס דאס פאסירט פון יום כיפור ביז סוכות. דער עולם איז פרייליך און ווייזט ארויס אהבה צום אייבערשטן. מען לויפט פון איין אתרוג-סוחר צום צווייטן, מען פרובירט אויפצוהענגען דעם נוי סוכה און יענעם נוי סוכה. און פון די הכנה אליינס, וואס דו פירסט נישט אויס בפועל – ווייל למעשה הענגסטו דאך נישט אויף אלע נוי סוכה וואס דו האסט געוואלט, און דו קויפסט נישט אלע אתרוגים

וואס דו האסט באקוקט - פון דעם אליינס ווערן די זדונות כזכויות.

דערנאך קומט "ולקחתם לכם ביום הראשון" סוכות, "ראשון לחשבון עוונות", זדונות כזכויות. דאס איז דער צווייטער חלק, ווייל דארט פירט מען שוין אויס די מצוות בפועל. און היות "פקודי ה' ישרים משמחי לב, מצות ה' ברה מאירת עינים", די תורה און מצוות זענען לעכטיג, מאכט אוודאי דער יו"ט סוכות מיט די ד' מינים אויך אז די זדונות זאלן ווערן כזכויות.

קומט אויס אז מיר האבן צוויי סיבות אויף זדונות כזכויות: איינס, די 'הכנה למצוה' פון יום כיפור ביז סוכות, און די צווייטע איז ווען מיר טוען די 'מצוות בפועל'.

דאס איז פשט אין מדרש: "ביום ראשון", ווען דו האסט ביידע חלקים, א' די הכנה פון בויען די סוכה און די הכנה פון קויפן ד' מינים. ב' - די עצם מצוה פון ישיבת סוכה און מצות ד' מינים מיט די נענועים, דוקא יעצט ווען ביידע חלקים קומען זיך צוזאמען איז "ראשון לחשבון עוונות", אז אלע עבירות ווערן זכיות.

סיכום: די צוויי וועגן צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה

דער לימוד וואס מיר דארפן ארויסנעמען איז אז מיר דארפן דא אנגרייטן שמחה אויף א גאנץ יאר. מיר דארפן וויסן אז עס זענען דא צוויי חלקים אין זיין אַן עובד השם. דער ערשטער חלק איז די 'מצוה בפועל' - "פקודי ה' ישרים משמחי לב" – דאס לערנען, דאס דאווענען, טון מצוות און חסד, די עבודה פון שבת קודש, אריינהארעווען אין א 'נשמת'. דאס איז פשוט אז עס ברענגט שמחה.

אבער דער אנדערער יסוד וואס מיר האבן יעצט געשמועסט איז די 'הכנה פאר די מצוה'. ביי שמחת בית השואבה האט מען געטאנצט א גאנצע נאכט אלס א הכנה צו שעפן וואסער, און דאס האט געברענגט די גרעסטע שמחה, ווי עס שטייט: "מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו".

מ'דארף זיך אפלערנען פון דעם וואסער, "אנן בעינן למהוי קמי מלכא". דאס וואסער האלט אין איין שפרינגען ארויף און ער געבט נישט אויף. מיר דארפן אויך כסדר וועלן אויפשטיין פארטאגס, און כסדר וועלן לערנען בהתמדת שעות רצופות. מיר דארפן כסדר אויפרישן די רצונות אויף שמירת עינים און שמירת הלשון, און קיינמאל נישט אויפגעבן, נאָר זיך אפלערנען פון דעם וואסער. און דאס האט געברענגט די גאנצע שמחת בית השואבה.

און מיר דארפן זיך אפלערנען דעם יסוד וואס דער מדרש מגלה אונז, אז די לבנינות פון יום כיפור ווערט נמשך אין סוכות, ווייל מיר זענען "טרודים במצוות". מיר לויפן פון איין אתרוג סוחר צום צווייטן, מיר פרובירן אויפצוהענגען דעם נוי סוכה און יענעם נוי סוכה, אפילו אויב מ'האט עס נישט אויסגעפירט בשלימות --- אבער דאס ברענגט די גרעסטע לבנינות, און דאס איז די גרעסטע הכנה פאר'ן 'זמן שמחתנו'.

א לעכטיגן יו"ט, און א גוט קוויטל!

More in this printout

View the whole printout