Skip to content
א קוואל פון חיזוק - אידיש

מעין הידיעות: די געוואלדיגע גרויסקייט און קדושה פון מצות סוכה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

בסייעתא דשמיא, גייען מיר לערנען גאר געוואלדיגע זאכן איבער די גרויסע סגולה פון די מצוה פון סוכה. מיר זעען אפילו אז כמה הלכות ווערן נתחדש צוליב די גרויסע קדושה פון די סוכה. מיר וועלן קודם אנפאנגען מיט א שטיקל זוהר הקדוש, וואס דאס וועט דינען אלס א געוואלדיגער יסוד פאר אסאך זאכן וואס מיר וועלן דא אויסשמועסן, אז די מצוה פון סוכה איז אזוי גרויס, אז ס'איז דא געוויסע הלכות וואס טוישן זיך מחמת גודל קדושת הסוכה.

דער יסוד פונעם זוהר הקדוש: סוכה איז "צלא דמהימנותא"

דאס ערשטע שטיקל זוהר הקדוש געפינט זיך אין פרשת אמור, אין 'רעיא מהימנא'. זאגט דער הייליגער זוהר הקדוש: "פקודא דא" – די מצוה, "לישב בסוכה" – צו זיצן אין די סוכה, "ואוקימנא" – מיר האבן שוין מבאר געווען, "בגין לאתחזאה דישראל יתבי ברזא דמהימנותא בלא דחילו כלל". אז אידישע קינדערלעך דארפן זיצן אין די סוכה, ווייל סוכה איז דער סוד פון 'אמונה', און ווען א מענטש האט אמונה האט ער נישט קיין שום פחד פון גארנישט.

"דא מקטרגו אתפרש מיניה", ווייל דער מקטרג, עשָׂו, איז שוין לאנג אוועקגעגאנגען. ווי דער זוה"ק איז מבאר, אז יום הקדוש, דורך דעם וואס מ'האט געגעבן פאר עשָׂו דעם שָׂעיר לעזאזל המדברה, האט עשו באקומען זיין שוחד – דער סטרא אחרא האט באקומען זיין שוחד – און ממילא האט ער אונז אפגעלאזט.

"וכל מאן דאיהו ברזא דמהימנותא" – ווער עס געפינט זיך אין דעם סוד פון אמונה – "יתיב בסוכה" – זיצט אין די סוכה.

עס שטייט דא אין זוה"ק אז ווען מ'זיצט אין די סוכה איז מען זוכה צו אמונה, און דעמאלטס האט מען נישט קיין שום פחד פון קיין שום סטרא אחרא אדער חיצונים.

זאגט ווייטער דער הייליגער זוה"ק: "כמא דאוקימנא" – אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, "דכתיב כל האזרח בישראל ישבו בסוכות". דרש'נט דער זוה"ק: "מאן דאיהו ברזא דמהימנותא" – ווער עס איז זיך מדבק אין דעם סוד פון אמונה, "ומזרעא ושרשא דישראל" – און ער איז א אידיש קינד, "ישבו בסוכות", ער קען זיצן אין די סוכה. אבער אויב, להבדיל, עמיצער איז א גוי, טאר ער נישט זיין אין א סוכה. ענדיגט צו דער זוה"ק: "ורזא דא אתמר בכמה דוכתי" – דער סוד ווערט דערמאנט אין פילע פלעצער. דאס איז איין זוהר הקדוש.

דער הייליגער זוה"ק זאגט אביסל פריער (ק"ג ע"א): "ועל דא כתיב כל האזרח בישראל ישבו בסוכות, כל מאן דאיהו משרשא וגיזעא קדישא דישראל" – ווער עס שטאמט פון אידישע קינדער, "ישבו בסוכות תחות צלא דמהימנותא", ער קען זיצן אין דעם שאטן פון אמונה אין 'עולם האצילות'. "ומאן דליתא מגיזעא ושרשא קדישא דישראל" – און ווער עס איז נישט קיין אידיש קינד, "לא יתיב בהו", ער קען נישט זיצן אין א סוכה. "ויפוק גרמיה מתחות צלא דמהימנותא", ער זאל ארויסגיין פון די סוכה, ער טאר דארט נישט זיצן!

פון דא זעען מיר עטליכע געוואלדיגע יסודות: מיר זעען אז די סוכה איז דער צל האמונה, און מ'דארף נישט האבן קיין שום פחד פון גארנישט. מיר זעען אויך אז א גוי טאר נישט זיצן אין די סוכה.

יעדן טאג א הייליגע גאַסט אין די סוכה - די אושפיזין קדישין

נאך א זאך שטייט אינעם זוה"ק דארטן (ק"ג ע"ב): "תא חזי בשעתא דבר נש יתיב במדורא דא" – קום זע, בשעת א מענטש זיצט אין די הייליגע סוכה, "צלא דמהימנותא" – אינעם שאטן פון אמונה אין 'עולם האצילות', "שכינתא פרסא גדפהא עלוי מלעילא" – די שכינה שפרייט אויס אירע פליגלען איבער דעם מענטש. "ואברהם וחמשא צדיקיא אחרינן" – אברהם אבינו און די אנדערע פינף צדיקים, "שוויין מדורין עמיה" – קומען צו יעדן אידיש קינד אין די סוכה. "אמר רבי אבא" – האט רבי אבא געזאגט: "אברהם וחמשא צדיקיא", אברהם אבינו קומט מיט די פינף צדיקים – יצחק, יעקב, משה, אהרן, און יוסף – אבער זאלסט וויסן, עס קומט אויך "ודוד מלכא שוויין ומדוריון עמיה, הדא הוא דכתיב בסוכות תשבו שבעת ימים".

דער הייליגער זוה"ק זאגט ווייטער, אז יעדן טאג דארף מען אינלאדענען זיין די אושפיזין און געבן צדקה איידער מ'איז זיי מזמין. דער זוה"ק ברענגט אראפ אז "רב המנונא סבא", ווען ער פלעגט אריינגיין אין די סוכה, "הוה חדי" – פלעגט ער זיך פרייען, "וקאים על פתחא דסוכה מלגאו" – ער פלעגט שטיין ביי דעם פתח פון די סוכה אינעווייניג.

ווי די מפרשי הזוהר, דער רמ"ק און אנדערע זאגן, מיינט דאס אז ער איז שוין געווען אינעווייניג אין די סוכה, אבער ער איז נאך נישט אריינגעגאנגען געהעריג זיצן ביי זיין טיש, נאר ער איז געשטאנען ביים פתח און דארט האט ער מזמין געווען די אושפיזין. אזוי פלעגט ער טון יעדן טאג און זאגן "נזמין לאושפיזין" – לאמיר איינלאדענען די געסט! קומט אויס, אז יעדן טאג האבן מיר א גאסט.

דאס איז א הקדמה כדי מיר זאלן פארשטיין די געוואלדיגע ידיעות נפלאות און די ענינים וואס עס זענען דא ביי א סוכה, וואו געוויסע הלכות טוישן זיך צוליב די קדושת הסוכה.

די הלכה פון שלאפן יחידי אין סוכה

די גמרא זאגט אין מסכת שבת (קנא, ב), אז א מענטש זאל נישט שלאפן אין א הויז אליינס - "בבית יחידי". אין שולחן ערוך אין סימן רל"ט ברענגט עס די משנה ברורה אראפ (סק"ט), און אינעם שער הציון (סקי"ז) שמועסט ער אויס די היתרים אויף וואס די וועלט פארלאזט זיך. די וועלט איז זיך סומך דעם וואס עס וואוינען דארט נאך מענטשן, און אין דעם זענען דא כמה וכמה חילוקים:

עס זענען דא וואס זענען מקיל אויב עס וואוינען אנדערע מענטשן אינעם זעלבן בנין (למשל, אן אפארטמענט בילדינג). עס זענען דא וואס זענען מקיל נאר אויב עס זענען דא אנדערע מענטשן אין די זעלבע דירה, און אויך אין דעם איז דא א חילוק – טייל זאגן אז די טיר מוז זיין אפן, און טייל זאגן אז די טיר מעג זיין פארמאכט כל זמן ס'איז נישט פארשלאסן.

אין שולחן ערוך הרב (הל' שמירת הגוף והנפש, קונטרס אחרון ס"ק ב') ברענגט ער א ירושלמי (שבת פ"ב ה"ו), אז די קפידה איז נאר ווען עס איז טונקל, אבער אויב עס איז לעכטיג איז נישט דא קיין קפידה. דער בוטשאטשער רב ברענגט א גמרא אין ברכות (מג, ב), אז אויב עמיצער האט א פייער אדער לעכטיגקייט, ווערט דאס גערעכנט ווי צוויי מענטשן לגבי מזיקים. די זעלבע זאך איז דא אויך. דער מהרש"ם פון בערזשאן אין 'דעת תורה' (סי' רל"ט) און אויך דער כף החיים ברענגען דאס אראפ, און דער סטייפלער פלעגט זיך פארלאזן אויף דעם. קומט אויס אז א גאנץ יאר, צו שלאפן אליינס, זענען דא כמה וכמה היתרים וואס מ'דארף ניצן.

אבער ווען עס קומט סוכות, שטייט אין ספר 'מעשה רב' (אות רכ"א) אז דער הייליגער ווילנער גאון זי"ע האט געזאגט אז מ'מעג. וז"ל שם: "שאלוהו" – מ'האט געפרעגט דעם הייליגן ווילנער גאון, "אם רשאי לישן יחידי בסוכה?" – צי מען מעג שלאפן אליינס אין די סוכה? "והשיב" – האט ער געענטפערט: "שומר מצוה לא ידע דבר רע".

מען קען דא צולייגן, בפרט לויט ווי מיר האבן געזען אינעם זוה"ק, וואס זאגט אז די סוכה איז כביכול דער אייבערשטער אליין - "השכינה פורסת כנפיה". מיר האבן אויך געזען אז דער זוה"ק זאגט אז די סטרא אחרא אנטלויפט פון דארט. נאך א זאך האבן מיר געזען אינעם זוה"ק, אז די אושפיזין קומען אריין אין די סוכה. אויב דער פשט איז אז די אושפיזין קומען אין די סוכה, קומט אויס אז מיר האבן דא א שמירה פון די הייליגע אבות הקדושים.

מען קען דאס אויך צולייגן אלס פשט פארוואס דער ווילנער גאון האט געהאלטן אז מען מעג שלאפן אין סוכה אפילו אליין. הגם דער ווילנער גאון האט אנגעגעבן דעם טעם פון "שומר מצוה לא ידע דבר רע", אבער כידוע איז דאס געווען די דרך פון צדיקים צו זאגן איין טעם בגלוי, בשעת זיי האבן געהאט נאך כמה וכמה טעמים כמוסים בסתר.

בויען א סוכה אויף א פלאץ פון א 'מרזב' און 'שופכין'

אין ספר 'שמירת הגוף והנפש' (מהדו"ת, סי' רי"ט ס"ז) ברענגט ער אראפ א שאלה צי מען מעג זיצן אונטער א 'מרזב' – דאס הייסט א פלאץ וואו עס איז דא א 'צינור השופכין' וואו די וואסער קומט אראפ פונעם דאך. ער צייכנט צו די גמרא אין מסכת חולין (קה, ב), אז אביי האט געזאגט אז מען זאל דארט נישט זיצן צוליב מזיקין.

למעשה שטייט נישט אין די גמרא אז מען טאר דארט נישט 'בויען', אבער יש אומרים אז עס איז דא א 'צוואת רבי יהודה החסיד' אז מען טאר נישט פארברייטערן א הויז אויף א פלאץ וואו עס איז געווען שופכין.

'למעשה', אין אונזערע דרוקן פון צוואת רבי יהודה החסיד טרעפט מען נישט אזא זאך. אבער מצד השני זענען געווען צדיקים וואס האבן יא מקפיד געווען דערויף. אין ספר 'אמרי פנחס' (שער ח') ווערט געברענגט אז רבי ר' פנחס קאריצער זי"ע האט מקפיד געווען דערויף. און אויך דער הייליגער נעשכיזער זי"ע האט מקפיד געווען, חוץ אויף געוויסע תנאים. אבער ווי מיר האבן שוין געשמועסט, געפינט זיך דאס נישט אין די צוואת רבי יהודה החסיד וואס מיר האבן. נאר עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געהאלטן אז עס עקזיסטירט יא אזא צוואה.

יעצט ווען עס קומט סוכות, איז דא א מורא'דיגע שטיקל פונעם מהרש"ם פון בערזשאן. דער מהרש"ם האט געשריבן הגהות ביים סוף פון צוואת רבי יהודה החסיד, און אין אות י"ט ברענגט ער אראפ אז דער הייליגער 'שר שלום' פון בעלזא זי"ע האט מסכים געווען צו די עצה פון דעם הייליגן רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע, אז מען זאל מאכן א סוכה אויפ'ן פלאץ וואו דער מרזב געפינט זיך, און דערנאך איז שוין נישט דא קיין שום פראבלעם דארט צו וואוינען אדער צו בויען.

פארוואס?

ווייל דער מקום הסוכה האט א מורא'דיגן כח. - לויט ווי מיר האבן געזען אינעם זוה"ק איז דאס פארשטענדליך, ווייל די סוכה האט דעם כח צו פארטרייבן די סטרא אחרא און עס איז דארט דא א מורא'דיגע השראת השכינה, ממילא האבן מיר נישט וואס מורא צו האבן. פון דעם איז משמע אז דאס העלפט נישט נאר בשעת סוכות, נאר אפילו אויף שפעטער אויך!

למעשה איז דא אן אינטערעסאנטע שאלה אין ספר שו"ת 'חיי הלוי' (להגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א מדייני ק

More in this printout

View the whole printout